ר’ אהרן איז געווען איינער פון די טויזענטער אידישע איינוואוינער פון די גרויסע שטאט ‘קראקא’, און פאר פרנסה האט ער געהאט א קליינע בעקעריי וואו ער האט געבאקן ‘בייגעלעך’, פון די בעקעריי האט מען נישט געמאכט קיין גרויס געלט, ר’ אהרן האט זיך געמוטשעט, אבער ער האט געהאט פונקט גענוג צו שפייזן זיך מיט די פאמיליע.
די בעקעריי איז נישט געווען אינעם מארק פון שטאט, ס’איז געווען אין איינע פון די געסלעך אין קראקא, ר’ אהרן איז יעדן טאג אויפגעשטאנען גאר פרי פארטאגס, און אין די גאר פריע שעות געבאקן די בייגעלעך און שפעטער אין די פארמיטאג שעות איז ער געשטאנען אין מארק און פארקויפט די בייגעלעך, און אסאך מאל איז ער געשטאנען אין מארק ביז שפעט נאכמיטאג ווען אלע בייגעלעך זענען פארקויפט געווארן.
די ארבעט איז געווען זייער אויסמאטערדיג, ווייל ער איז אויפגעשטאנען זייער פרי פארטאגס און דערנאך א גאנצן טאג געשטאנען אין מארק, וועגן דעם איז ווי נאר דער קליינער קלמי’של איז אונטער געוואקסן און געווארן זעקס זיבן יאר האט אים דער טאטע ר’ אהרן אריינגענומען אין געשעפט.
ער האט אויסגעלערנט קלמי’של וויאזוי צו שטיין אין מארק און קלמי’של האט גלייך ארויסגעהאט די מלאכה און זיך יעדן טאג געשטעלט אין גרויסן קראקעווער מארק און געשריגן בייגעלעך בייגעלעך, ווער וויל קויפן בייגעלעך, פיינע פרישע בייגעלעך פון ר’ אהרן’ס בעקעריי”, און דער עולם האט געקויפט, ער האט געמאכט אזא גוטן ארבעט אז די קונים האבן זיך פארמערט און ר’ אהרן האט געדארפט מאכן מער בייגעלעך, אזוי איז געווען טאג טעגליך ר’ אהרן האט געבאקן די בייגעלעך און דער קליינער זיסער קלמי’של איז געגאנגען אין מארק עס פארקויפן.
געווען איז איין ווינטער טאג, אינדרויסן איז געווען קאלט, אבער קלמי’של איז ווי יעדן טאג געשטאנען און פארקויפט די בייגעלעך, שפעט נאכמיטאג ווען ענדליך האט ער געענדיגט צו פארקויפן אלע בייגעלעך איז ער נעבעך געווען דורך געפרוירן, ער האט געזוכט א פלאץ וואו ער קען זיך גיין אנווארעמען, איז ער אריין אינעם נענסטן בית המדרש און זיך געשטעלט ביים אויבן זיך צו אביסל דערווארעמען די קאלטע ביינער.
אין ביהמ”ד האבן זיך געפונען עטליכע תלמידי חכמים און זיך מפלפל געווען אין לערנען, קלמי’של האט זייער הנאה געהאט פון די פלפולים, ער האט נישט געהעריג פארשטאנען וואס זיי רעדן ווייל ער האט נאך נישט אנגעהויבן אפילו צו גיין אין חדר, אבער ער האט זייער הנאה געהאט פון די פלפולי דאוריייתא און ער איז געבליבן דארט שטיין פאר אפאר שעה און זיך צוגעהערט מיט דורשט צו די אידן וואס לערנען.
פון יענעם טאג און ווייטער האט ער אנגעהויבן פלייסיגער צו ארבעטן ביים פארקויפן די בייגעלעך אין מארק, אזוי אז ער האט געענדיגט פארקויפן פריער, און ער איז געלאפן אין ביהמ”ד צו הערן די אידן זיך מפלפל זיין אין תורה, צוביסלעך האט ער אנגעהויבן מער און מער פארשטיין וואס זיי זאגן און ער האט אנגעהויבן מיטצוהאלטן די גאנצע פלפול.
צווישן די אידן אין ביהמ”ד איז געווען איין איד א גרויסע תלמיד חכם און אויך א גרויסע עושר, פאר דעם עושר איז געווען א וואונדער אז א קליין קינד הערט זיך צו יעדן טאג אפאר שעה צו די גרויסע לומדים אין קראקא, איז ער איין טאג צוגעגאנגען צו קלמי’של און אים געפרעגט “קינד מיינס, איך זעה דיך דא קומען יעדן טאג אויסהערן ווי אזוי מיר לערנען, דו פארשטייסט בכלל וואס מיר זאגן?”, האט קלמי’של איבערגעזאגט פארן עושר דעם גאנצן פלפול וואס
מ’האט יענעם טאג זיך מפלפל געווען אין ביהמ”ד.
דער עושר איז געווארן אויסער זיך פאר התפעלות, ‘וויאזוי קען אזא קליין קינד מיטהאלטן די גאנצע שמועס פון גרויסע לומדים’, און האט געפרעגט דעם קינד “ווער ביסטו, וואס טוסטו, אין וועלכע חדר לערנסטו, און ווער איז דיין מלמד”, קלמי’של האט אים געענטפערט אז ער גייט נישט אין חדר נאר א גאנצן טאג שטייט ער אויפן מארק און העלפט זיין טאטע, און פארקויפט די בייגעלעך וואס זיין טאטע באקט.
דער עושר איז נאך מער פארוואונדערט געווארן אז א קינד וואס גייט ניטאמאל אין חדר קען מיטהאלטן און איבערזאגן די גאנצע פלפול וואס גרויסע תלמידי חכמים זענען זיך מפלפל, ער איז געגאנגען צו ר’ אהרן – קלמי’של’ס טאטע און אים געפרעגט פארוואס ער שיקט נישט זיין קליינעם קלמי’של צו א מלמד וואס זאל לערנען מיט אים ווייל ער קען
אויסוואקסן א גדול בתורה.
האט אים ר’ אהרן געענטפערט “הלואי זאל איך האבן די געלט אים צו שיקן צו א מלמד, ביזדערווייל מוטשע איך מיר אויף פרנסה, און איך האב קוים אויף צום לעבן, וועגן דעם האב איך גענומען מיין קלמי’של זאל מיר העלפן מיט די בייגעלעך”, דער עושר איז נישט געווען צופרידן פון אזא זאך און ער רופט זיך אן “הער מיך אויס ר’ אהרן, איך האב א טאכטער פון זעקס יאר אלט, אויב גיבסטו מיר דיין קלמי’של פאר א חתן וועל איך אים צושטעלן די בעסטע מלמדים אז זיי זאלן לערנען מיט אים און ווען ער וועט עלטער ווערן וועט ער חתונה האבן מיט מיין טאכטער און איך וועל געבן צען טויזענט גאלדענע רענדלעך אויף נדן”.
ר’ אהרן האט געטראכט ביי זיך אז אפילו ער וועט דארפן שטיין אליינס אין מארק און פארקויפן די בייגעלעך לוינט זיך נאך אלץ צו האבן א זון א תלמיד חכם, און ער האט מסכים געווען צום שידוך, גלייך האט מען זיך געזעצט שרייבן תנאים, דער עושר האט גענומען קלמי’של צום שניידער און געלאזט אויפנייען שיינע זיידענע קליידער, און דערנאך געדינגען א גרויסע תלמיד חכם זאל לערנען מיט זיין קליינעם חתן.
קלמי’של איז געשטיגן גאר גרויס מיט זיין מלמד, ער איז געווארן אן ערנסטן תלמיד חכם און ווען ער איז געווארן דרייצן יאר האט מען געפראוועט א שיינע חתונה ווי די גאנצע שטאט האט זיך מיטגעפריידט, גלייך נאך די שבעת ימי המשתה האט קלמי’של זיך ווייטער געזעצט צום גמרא און געלערנט פלייסיג, און יעדט טאג געזעסן אין ביהמ”ד פון
אינדערפרי ביז ביינאכט און עוסק געווען בתורת ה’.
א גרויסע תלמיד חכם איז ער שוין געווען, אבער זיין הארץ האט אנגעהויבן צו מאנען פון אים אויך עבודת ה’, דביקות אין אויבערשטן, און ער האט אנגעפאנגען צו זוכן א רבי וואס זאל אים קענען ארויפברענגען אויף די ריכטיגע וועג אין עבודת ה’, ביז ער האט געהערט אז אין די שטאט ליזענסק איז דא א גרויסע צדיק און רבי, דאס איז הרה”ק רבי ר’ אלימלך פון ליזענסק זי”ע, און ער האט משתוקק געווען צו פארן אהין און שטייגן אין עבודת ה’.
ער איז אהיים אין שטוב און אפגעשמועסט מיט זיין אינגן פרוי אז ער גייט פארן קיין ליזענסק פאר א שטיק צייט, זיין פרוי ווי א ריכטיגע אשה כשירה האט מסכים געווען, און דער אינגער אינגערמאן קלמי’של האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ליזענסק צום גרויסן רבי’ן ר’ אלימלך זי”ע.
ווען קלמי’של איז אנגעקומען קיין ליזענסק איז ער גלייך צוגעגאנגען צום הויז פון ר”ר אלימלך און זיך געשטעלט ביים טיר אויף א פלאץ ווי דער רבי זאל אים קענען באמערקן, אבער די רבי איז געווען פארזינקען אין זיינע געדאנקען און אים נישט באגריסט.
אזוי איז פאריבער א לענגערע צייט, בערך א שעה, ביז פלוצלינג וועקט זיך דער רבי אויף פון די דביקות און גיבט אים שלום עליכם און פרעגט “ווער ביסטו, פון וואו קומסטו, און וואס טוסטו דא”, און קלמי’של ענטפערט מיט הכנעה, “מיין נאמען איז קלונימוס, איך קום פון קראקא, און איך בין געקומען לערנען ביים רבי’ן”, ר”ר אלימלך ענטפערט אים קורץ “איך לערן נישט מיט תלמידים”.
ער איז געבליבן שטיין ביים טיר און דער רבי איז נאכאמאל אריינגעפאלן אין דביקות און געווען פארזינגען אין זיינע געדאנקען פאר א לענגערע צייט, און נאך א שטיק צייט האט זיך איבערגעשפילט די זעלבע זאך, דער רבי פרעגט ווער ער איז וכו’, און ער ענטפערט, און דער רבי שטופט אים אוועק, אזוי האט זיך איבערגעשפילט עטליכע מאל ביז די ר”ר אלימלך האט זיך אנגערופן צו אים “אז דו ווילסט זיין דא א משרת קענסטו דא בלייבן”, און קלמי’של האט פארשטייט זיך מסכים געווען.
קלמי’של איז געווארן משרת, ער איז געווען זייער געטריי, זיין אויפגאבע איז געווען צו שלאפן א גאנצע נאכט אויף א באנק אינדרויסן פון רבי’נס צימער, נעבן די טיר, און ער האט זיך נישט געמעגט אויפשטעלן נאר ווען דער רבי האט אים גערופן ביים נאמען און דעמאלטס איז ער אריין און באדינט דעם היילגין רבי’ן מיט וואס ס’האט זיך אויסגעפעלט.
אזוי איז ער געווען אין שטוב פונעם הייליגן ר”ר אלימלך עטליכע יאר, ביז איין נאכט האט זיך אפגעשפילט אן אינטערעסאנטע זאך, קלמי’של איז ווי זיין סדר געליגן אויפן באנק ביים טיר פון רבי’ן, און פלוצלינג זעט ער א שטארקע ליכטיגקייט ארויסקומען פון רבי’נס צימער, ער קוקט אריין פון שליסל לאך און זעט ווי נעבן רבי’ן זיצט אן אלטע איד מיט א הדרת פנים און זיין געזיכט שיינט ווי די זון, קלמי’של איז כמעט פאר’חלש’ט געווארן פון פחד, און ער האט שוין מער נישט געקענט שלאפן יענע נאכט, א גאנצע נאכט האבן זיך זיינע איברים געווארפן פאר פחד פון די ליכטיגע געזיכט וואס ער האט געזען.
שפעטער האט אים דער רבי גערופן און ר”ר אלימלך האט גלייך באמערקט אויף זיין פנים אז ער איז שטארק דערשראקן, האט ער אים געפרעגט וואס גייט פאר, האט קלמי’של געענטפערט אז ער האט געזען זיצן ביים רבי’ן א זקן וואס זיין צורה שיינט ווי די זין און ער איז געווארן זייער דערשראקן, האט אים דער רבי געפרעגט “דו האסט אים נישט דערקענט?”, האט קלמי’של געענטפערט אז ניין, האט זיך דער רבי אנגערופן “וויי פאר א קינד וואס דערקענט נישט זיין טאטן, דאס איז דאך געווען אברהם אבינו עליו השלום וואס ער איז געקומען צו מיר רעדן וועגן די שווערע לאנגע גלות אין וואו זיינע קינדערלעך געפינען זיך”.
גלייך דערנאך האט אים דער ר”ר אלימלך געזאגט אז עס איז שוין אנגעקומען צו א הויעכע מדריגה אז ער קען שוין זען אברהם אבינו, און ער זאל שוין אהיים פארן און ווערן א רבי, און דער פריערדיגער “קלמי’של” איז צוריק געפארן קיין קראקא.
דאן שוין אלץ גאון וצדיק הרב ר’ קלונימוס קלמן – וועלכע איז ביי אונז באקאנט אלס דער הייליגער “מאור ושמש”.