אונזערע ליינער האבן זיך שוין באקענט מיט אסאך דעטאלן פון די אלבוים מימיני מיכאל דורך אונזער רייכע און אינפארמאטיווע אינטערוויו אומפארענטפערטע פראגעס מיטן זינגער ר’ מיכאל, יעצט צו די ערעפענונג פון די ספעציעלע “מוזיק ווינקל” אויף אונזער נייע וועבזייטל ערשיינען מיר מיט א ספעציעלע פראיעקט אין אונזער נייע סעריע “צען פאקטן” איבער די אלבוים מימיני מיכאל. ווי איר וועט געוואויר ווערן 10 אינטערסאנטע פאקטן איבער אייער באליבטע אלבוים, וואס איז יעצט די געשפרעך אין די היימישע גאס
די פאקטן זענען געווארן באשטעטיגט ביי ר’ מיכאל שניצלער, זינגער און סידי ארויסגעבער, און ביי ר’ זושא שניצלער, סידי פראדוצירער.
פאקט נומער איינס: די אלבוים איז די לענגסטע נשמה פלאם וואס עס איז שוין ערשינען אין לויף פון אלע יארן, אין פאקט, האט מען אפילו געמוזט אראפנעמען די “סינגל” טרעק פון די סידי, ווייל עס האט נישט געהאט קיין פלאץ.
פאקט נומער צוויי: די טרעק מצות איז די לענגסטע טרעק אויפן אלבוים, עס איז געווארן געשריבן און קאמפאזירט דורך דער וועלטבארימטער בדחן ר’ פינקי וועבער.
פאקט נומער דריי: די אלבוים איז די ערשטע אין די אידישע מוזיק אינדוסטריע, צו ערשיינען מיט א באזונדערע “יו-עס-בי” שטיקל, מיטן גאנצן אלבוים, זינט אין די היינטיגע טעכנאלאגישע עפאכע, איז פאר אסאך מענטשן גרינגער דאס אריינצושטעקן אין אפיס.
פאקט נומער פיר: עס האט גענומען פאר ר’ מיכאל שניצלער אלעס אינאיינעם 10 טעג, אריינצוזינגען אלע ניגונים פארן אלבוים!
פאקט נומער פינעוו: מיכאל האט שוין געשאנקען אינטערוויוס זינט די ערשיינונג פון מימיני מיכאל פאר 5 מאגאזינען, און האט אפגעמאכט צייטן מיט 2 ראדיא סטאנציעס אין ארץ ישראל, צו רעדן איבער די אלבוים. מיכאל האט אויך געגעבן א שמועס פאר די נייע אידישער ווינקל וועבזייטל, אין אידיש.
פאקט נומער זעקס: א נישט אידישע עקס עם פירמע פאר מוזיק, האט גערופן בעטן מיכאל פאר די אלבוים, און גייען דאס אויפשפילן פאר מיליאנען צוהערער.
פאקט נומער זיבן: די אלבוים האט געדארפט ערשיינען דאנערשטאג ביינאכט, אבער צוליב וואס iTunes האט דאס ארויסגעשטעלט דאנערשטאג צופרי האט מען דאס שוין געמוזט ארויסגעבן פאר די גאס צופרי.
פאקט נומער אכט: די ניגון באכע, געשריבן דורך ליפא שמעלצער איז געווארן די מערסט באקאנטע ניגון און געשפרעך פון טאג, מיכאל זאגט צו די ספעציעלע פאקטן פראיעקט, אויף אידישער ווינקל “יעדער וויל וויסן וואס באכע איז, זאג איך יעדן באכאשעם…”
פאקט נומער ניין: עס איז דאס ערשטע מאל וואס מיכאל נוצט זיין נאמען אלס טייל פון די אלבוים.
פאקט נומער 10: דער ערשטער ארטיקל אין די סעריע פון “10 פאקטן איבער” אויף אידישער ווינקל איז איבער די אלבוים “מימיני מיכאל.”
הערליכע ארבעט !!!