אריינפיר: יעדע וואך דינסטאג טוען מיר ברענגען אין די סעריע פון “אינטערסאנטע עדס,” א געקליבענע צאל פון אינטערסאנטע און אויגפארכאפנדע עדווערטייזמענטס וואס ווערן אהערגעשטעלט דורך ריזיגע קאמפאניעס פון איבער די וועלט וואס לאזן זיך קאסטן אסאך געלט דערפאר.
די עדס ווערן ערצייגט דורך שעפערישע מארקעטינג עקספערטן וואס באקומען באצאלט שווערע געלטער אויפצוקומען מיט געניאלע געדאנקען וואס זאלן כאפן די מוחות פון מענטשן, און ווערן פאטענציעלע קאסטומערס, און דאס איז א ריזיגער חלק פון די הוצאות ביי יעדע פירמע.
אויך ביי אונז אין די היימישע מארקעט שפרודלט מיט טאלאנט, און די וואך איז געווארן פארעפנטליכט א גאר געלונגענער קאמפיין פאר די וועלטבארימטער דזשי-בי קלאודינג געשעפט.
מיר דארפן נישט פארשטעלן פאר אייך וואס דזשי-בי קליידער געשעפט איז, און מיר דארפן אייך נישט דערציילן איבער די גאר אויפגעכאפטע געדאנק וואס גייט אן יערליך, אז אלע דזשי-בי לאקאציעס, לויפן מיט די “קאליר סעיל”. קינד און קייט ווייסן דערפון צו זאגן, און די געדאנק דערפון איז בארימט איבעראל.
די יאר צו די פרישע סעזאן פון די קאליר סעיל, האט מען זיך פריש געזעצט אויפצוקומען מיט די בעסטע געדאנקען ארומצוטראגן דעם סעיל. מיטן ציל אז עס זאל זיין אין יעדנס מויל, אויג, און אויער…
די עדס זענען געווארן אהערגעשטעלט דורך די בארימטע היימישע מארקעטינג פירמע “מידיא אט”ג” וועלכע פירט די מארקעטינג סטראטעגיע פון דזשי-בי, און שטעלט אהער די קאליר סעיל קאמפיין.
ווי נאר מען האט פארעפנטליכט דעם קאמפיין, איז עס איז געווארן די געשפרעך פון טאג. די קאמפיין האט ווי באקומען פליגלען, און געגאנגען וויירעל.
די קאנצעפט האט אריינגעדרינגען אין הערצער, די טעמע האט אויפגעריסן. מען האט דאס באוואונדערט צווישן עדס ליבהאבער, און עס האט באקומען גאר אסאך פידבעק.
די קאמפיין ברענגט מיט זיך די לעצטערע “היטס” פון די מוזיק מארקעט, און ברענגט גוט ארויס די געדאנק פון די קאליר סעיל.
אין א ספעציעלע פראיעקט פון די “אינטערסאנטע עדס סעריע,” וועלן מיר די וואך ווידמען אונזער קאלום פאר די גאר שעפערישער און סוקסעספולער קאמפיין, און שטאלצירן מיט וואס די אידישע מארקעט קען ערצייגן, באגלייט מיט בילדער פון אונטערן פירהאנג, וויאזוי מען שטעלט אהער די גאר געלונגענע עדס סעריע.
קאליר גרין
קאליר געל
קאליר בלוי
כאפט א בליק בעהיינד די סינ”ס