אהייא – עס איז אריבער ממש בלויז געציילטע מאנאטן זינט די “לאקהיד מארטין” אוויאציע און וואפנס פירמע האט דעליווערט פאר דער אמעריקאנער מיליטער’ס “ארמיי” אפטיילונג, די מאכטפולע נייע “לעיזער” וואפן, און אצינד וויל עס די “עירפארס” אפטיילונג אויך האבן.

דער לעיזער וואפן איז אנטוויקלט געווארן דורך דער דערמאנטער אמעריקאנער פירמע, און עס ארבעט דורכ’ן ארויסשיסן א לעיזער שטראל פון א ספעציעלן טראק, וואס דער שטראל איז אזוי מאכטפול, אז עס קען אראפשליידערן א פיינטליכן פליגער אדער ראקעט וואס פליעט אין דער לופטן.

“לאקהיד מארטין” האט נעכטן געזאגט אז ווי נאר זי האט געליפערט די ערשטע פון די לעיזער וואפן טראקס פאר דער ארמיי, האט זי באקומען א באשטעלונג פון דער עירפארס, וועלכע וויל אז די אמעריקאנער קאמפס פליגער זאלן זיין אויסגעשטאט מיט די לעיזער וואפנס, צו קענען “ארויסווארפן פון די הימלען” פיינטליכע פליגערס.

קרעדיט: דער איד

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.