מ’בלאזט באבלס… מ’מאכט ריזיגע באבלס… אבער מיט איין בלאז איז מער גארנישט דא דערפון.
א איד איז ליידער דורכגעפאלן מיט אסאך עבירות, מיט איין מאל וואס ער קערט זיך צוריק צום אייבערשטן, “הייליגער באשעפער, העלף מיר! איך וויל צוריק קומען צו דיר!”, האט ער אלעס אוועק געבלאזן!