וואשינגטאן – די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן וועטאאירט און בלאקירט א רעזאלוציע פון דעם יו-ען זיכערהייט קאונסיל, וועלכע האט געוואלט פארדאמען אמעריקע’ס שריט פון אנערקענען ירושלים אלס מדינת ישראל’ס הויפטשטאט.
די רעזאלוציע האט אויך געזאלט פארלאנגען אז קיין איין לאנד זאל נישט רוקן זייערע אמבאסאדעס פון תל אביב קיין ירושלים, אבער די רעזאלוציע איז דורכגעפאלן נאכדעם וואס אמעריקע האט עס וועטאאירט, און אמעריקע האט וועטא-מאכט אינעם קאונסיל.
די פערצן אנדערע לענדער פונעם סעקיוריטי קאונסיל האבן געהאט געשטימט צו באשטעטיגן די רעזאלוציע, און עטליכע האבן רעאגירט מיט גרויס אויפברויז צום פאקט אז די אמעריקאנער רעגירונג האט בלאקירט די רעזאלוציע, זאגנדיג אז דאס צייגט ווייטער אז די טראמפ אדמיניסטראציע איז נישט פארפליכטעט צו ברענגען סטאביליטעט אינעם מיטל מזרח.
קרעדיט: דער איד