פאליטישע נייעס און ארטיקלען

טראמפ-נאמינירטער ריכטער ציט זיך ארויס

וואשינגטאן – מעטיו פיטערסאן, א טראמפ-נאמינירטער צום פעדעראלן געריכט, וועלכער איז שטארק פארשעמט געווארן פאריגע וואך ביי א פארהער אינעם סענאט, ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט קיינמאל נישט געפירט קיין געריכט פראצעס און אז ער קען ניטאמאל די פשוט’סטע געזעצביכער און יורידישע טערמינען, האט נעכטן געמאלדן אז ער ציט ארויס זיין נאמען פון דער נאמינאציע.

זיין ארויסציאונג קומט אין א צייט וואס פילע סענאטארן און קאנגרעסלייט ברויזן אויפ’ן פאקט אז טראמפ האט נאמינירט עטליכע אינדיווידועלן צו פעדעראלע ריכטער פאזיציעס, ווען אין פאקט זענען זיי בכלל נישט קוואליפיצירט, און דער סענאט וויל זיי נישט באשטעטיגן.

זייענדיג אונטער דרוק, האט טראמפ שוין צוריקגעצויגן פון די נאמינאציעס פון צוויי אנדערע פעדעראלע ריכטער קאנדידאטן, ברעט טאללי און דזשעף מאטיער, נאכדעם וואס עס איז אויך פעסטגעשטעלט געווארן אז זיי האבן נישט די נויטיגע קוואליפיקאציעס צו קענען דינען אלס לעבנסלענגליכע פעדעראלע ריכטער.

קרעדיט: דער איד

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.