ארטיקלען און געדאנקען

ווערט געזוכט: א גזירת גירוש

אין דער תקופה פונעם מיטלאלטער און אפילו שפּעטער האט אין געוויסע לענדער איבער אייראפּע געהערשט א פארבאט אויף אידן צו וואוינען אין די גרויסע שטעט. דער ציל מיט דער דאזיגער גזירה איז געווען צו געבן דעם איד א געפיל פון דערנידערונג – ער איז נישט ראוי צו וואוינען אין, לאמיר זאגן, דער הויפּטשטאט פון רוסלאנד.

האט די אידישע באפעלקערונג זיך צונויפגעפּרעסט אין די דערפלעך און שטעטלעך, און ווי עס איז זיך אן עצה געגעבן מיט’ן לעבווער אינעם ספר “בית אהרן” ווערט אויפ’ן פּסוק “ובאי האובדים מארץ אשור והנדחים בארץ מצרים” געטייטשט, אז דאס מיינט מען די פארלוירענע פון “גליק” (אשו”ר) און פארשטויסענע פון “ענגשאפט” (מצָרים). ביידע וועלן אויסגעלייזט ווערן ווען דער גואל צדק וועט קומען.

פארשטויסן פון ענגשאפט איז כלל ישראל געווען אין משך פון רוב צייט וואס ער געפינט זיך אין גלות. פארלוירן אין גליק אין דער גרויסער רוב פון אידישן פאלק היינט-צו-טאג אין מדינת אמעריקע.

ביידע אופנים פון גלות ווערן דערמאנט אויף איינמאל, אין זעלבן פּסוק. די צרות ביי די באגליקטע איז מיט גארנישט ווייניגער ווי די פראבלעמען ביי די אין ענגשאפט. און נישט נאר זענען זיי פונעם זעלבן פארנעם, נאר די צרות זענען טאקע ממש פון זעלבן סארט. אין שטעטל האט געהערשט ארעמקייט ווייל ס’איז נישט געווען קיין געלט; היינט הערשט ארעמקייט ווייל דער לעבנס-סטאנדארט איז געהויבן געווארן העכער די פינאנציעלע מעגליכקייטן פונעם דורכשניטליכן פארדינער. דער אויסגאנג ביי ביידע פעלער איז די זעלבע: מען מוטשעט זיך צו דעקן דעם בודזשעט.

מיר זענען היינט נישט נאר פארלוירן אין גליק נאר האבן דורך דער גליק אריינגעבלאנזשעט אין ענגשאפט. פּונקט ווי מיר פּלאגן זיך אויף פרנסה כאטש אלע מעגליכקייטן זענען פאר אונז אפן, אזוי אויך וואוינען מיר אין ענגשאפט הגם די ברירה פון וואוינען ווי נארמאלע מענטשן שטייט פאר אונז גרייט.

איר האט שוין אמאל באטראכט די עופות ביים שלאגן כפּרות ערב יום-כיפּור? זיי זיצן בדרך כלל איינגעמאכט אין די שטייגן; איינמאל די כפּרה ווערט פון דארט ארויסגענומען, הייבט זי קרייען און מאכן מיט די פליגל. איר האט שוין אמאל באטראכט די איינוואוינערס פון די היינטיגע “גרויסע שטעט” בארא פּארק און וויליאמסבורג ווען מען פארט זומער ארויס אין דער קאנטרי?…

מענטשן כאפּן זיך דאס ביסל האב און גוטס און ציען זיך מיט קינדער-געבענטשטע פאמיליעס אריין אין 1300-סקווער-פיס-“גראָוס”-בגמטריא-1100-פיס-“נעט” דירות, און נעמען אלס צוגאב זיך אונטער דעם לאסט פון א מארטגעדזש וואס איז אין ערגסטן פאל נישט רעאליסטיש און אין בעסטן – גלאט געלט אין מיסט.

א קאך גרויס ווי א גענעץ פון א ניי-געבוירן קינד; א דיינינג רום שמאל און א-ו-י-ס-ג-ע-צ-ו-י-ג-ן ווי א קורצוויקסיגן נאכ’ן באהאנדלט ווערן אויף א סדום-בעטל; שלאף-צימערן וואו די נאז איז איינגעשטעלט פון זיך צעבוצקעווען מיט דער וואנט פון קעגנאיבער באלד ביים אריינשטעלן א פוס אין דעם שוועל, און אויסגעשטאט מיט “שעפט”-פענסטערס וואס קוקן ארויס צו חושך-מצרים מיט א הערליכער ציגל-וואנט פּאנאראמע ביים עק.

מען לעבט אין אנגסט פארווארפן אין דאגות און באזארגט מיט קאפּווייטאג. דער עיקר איז אבער אז מען וואוינט אין “שטאט”!

א גדולה אויף דער באבען: וואס פארדינסטו פון “וואוינען אין שטאט” אויב דו מוזט דערביי אויפגעבן אויפ’ן “וואוינען” חלק שבּו?

עסקנים האבן דורך די יארן אונטערגענומען פארשידענע פּרואווען צו שאפן וואוין-ערטער – א נייע געגנט – פאר’ן היימישן עולם, וואס זאל באשטיין פון רחבות’דיגע הייזער און פאר צוגענגליכע פּרייזן. דאס הייסט, לעזן די פּראבלעם פון ביידע זייטן: דער ציבור זאל קענען וואוינען ווי מענטשן און מען זאל זיך דערביי נישט מוזן אויסליידיגן די טאשן און אנבארגן פון דער גאנצער שטאט פאר’ן זכות פון קענען צאלן א מארטגעדזש העכער די מעגליכקייטן פאר די פאלגנדע דרייסיג יאר.

אדאנק דעם כסדר-זיך-פארערגערנדן מצב האבן אזעלכע באמיאונגען זיך לעצטנס נאך מער געשטארקט. איינע פון די גרעסטע שטערונגען ביי אזא פראיעקט איז אז מענטשן ווילן היינט אלעס באקומען צוגעשטעלט אויף א גאלדענעם טאץ: גרויסע הייזער, פאר ביליג, א פולשטענדיג-אהערגעשטעלטע אינפאַסטרוקטור, געשעפטן, בתי מדרשים, בתי חינוך – און איבער אלעם: איך וויל נישט זיין פון די ערשטע פינף-הונדערט.

רבותי, דאס ארבעט נישט. אלעס אינאיינעם איז נישטא ביי קיינעם און אין ערגעץ. ווען דער ציבור וואלט גרייט געווען צו פארקוקן אויף די פארשידענע אומבאקוועמליכקייטן וואס מאכן זיך אייביג ביים בראשית פון א נייעם ישוב, וואלט אזא זאך שוין לאנג געווען. און מער ווי איינער. עסקנים ברעכן זיך דעם קאפּ פון אהערשטעלן א פּראדוקט מושלם בכל למהדרין מן המהדרין. אזא זאך אי

edited

ז קיינמאל נישט געווען און וועט קיינמאל נישט זיין. די “שטאט” היינט האט מיט פופציג-זעכציג יאר צוריק געהאט די זעלבע אומבאקוועמליכקייטן וואס א נייער ישוב היינט. נאר וואס דען? עפּעס אנדערש איז פּשוט נישט געווען. האסט געוואלט “וואוינען”, האסטו געמוזט זיך צושטעלן צו די אומשטענדן.

פארוואס קענען מיר היינט זיך נישט ארייננעמען אין קאפּ אז ס’איז אדער מוותר זיין אויף דעם דערווארטעטן “פּערפעקטן” ישוב, אדער זיך פשוט אויפהייבן און גיין וואו מען קען יא און צואווארטן אביסל ביז אלעס ארבעט זיך אויס?

אמת, ס’איז אביסל שווער פון אנהייב. אבער פון דער אנדערער זייט ווערט מען מער ווי קאמפּענסירט מיט א נארמאלן הויז און א נארמאלן לעבן. שפּעטער, ווען אלעס וועט זיך מסדר זיין, וועט מען קענען געניסן פון ביידע וועלטן: הרחבת הדעת אין אן עטאבלירטער געגנט.

דאס זענען די אומשטענדן. אויב מיר וואוינען נישט אין רוסלאנד און דער הערשער הייסט נישט צאר ניקאלאי דארפן מיר זיך אנטאן צרות מיט די אייגענע הענט? וואוינען אין “שטאט” איז א גזירה וואס דער רוב הציבור שאין יכולין לעמוד בה האבן זיך אליין גענומען. לאמיר אפּשרייען די גזירה – דורך זי אליין בטל מאכן.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.