נישט ווייט פון אונז וואוינען עטליכע מיטגלידער פון אַ געוויסער סאָרט באַשעפעניש פון דעם מענטש-שבט. די-דאָזיגע “מענטשן” זענען זייער ווילדע ברואים, געבענטשט מיט אַ מאָס אכזריות וואָס לאָזט זיך גאָרנישט דערציילן. אַנדערש ווי דער סדר העולם גייט, אַז מען פּרובירט צו לעבן מיט שכנים אין גוטע באציאונגען, זוכן זיי שטענדיג אויס וואו צו פּראָוואָצירן מיט אונז, זייערע וואַסער-אינזעקטן שכנים, קאָנפליקטן און אפילו בלוטיגע מלחמות. איך זאָג “פּראָוואָצירן”, ווייל אַנדערש קען מען נישט באַצייכענען זייערע באַרבאַרישע אָנפאַלן און ביטערע רדיפות אויף אונז.
עס מוז דערביי אונטערגעשטראָכן ווערן, אַז מיר האָבן די דאָזיגע מענטשן קיינמאָל גאָרנישט געטאָן. אונזער איינציגער חטא איז בלויז דאָס אַז מיר זענען אינזעקטן. פּראָסט און פּשוט: ראַסיסטן פון ערגסטן סאָרט.
די-דאָזיגע מענטשן באַגנוגן זיך הפּנים נישט מיט איינצעלנע קרבנות, ווייל דאָ און דאָרט, יעדע עטליכע יאר, פירן זיי אויף אונז דורך פּאָגראָמען און מאַסן-שחיטות, וועלכע קאָסטן אונז אָפּ פילע טויטע און נאָך מער פאַרוואונדעטע. היינט-צו-טאָגס נעמען זייערע אַטאַקעס שוין נישט אָן אַזאַ מאַסשטאַבליכן פאַרנעם ווי אין די אַמאָליגע צייטן, ווייל מיר זענען אין אַ געוויסער מאָס באַוואָרנט דערקעגן. דאָס איז צו פאַרדאַנקען טאַקע מיינעם אַן עלטער-עלטער זיידן, וועלכער האָט אונז איבערגעלאָזט בצוואה, אַז מיר זאָלן זיך היטן פון די-דאָזיגע ווילדע ברואים ווי פאַר פייער. די צוואה האָט ער אָנגעשריבן פאַר די ווייטערדיגע דורות, נאָכדעם וואָס די מענטשן האָבן מיט יאָרן צוריק דורכגעפירט אויף אונז אַ שוידערליכע סורפּרייז-אַטאַקע, אין וועלכער כמעט די גאַנצע וואַסער-אינזעקט ציוויליזאַציע איז אויסגעראָטן געווארן. אין דער-דאָזיגער צוואה דערציילט מיין זיידע די גאַנצע געשיכטע. ומעשה שהי’ כך הי’.
דאָס איז געווען נאָך ווען דער מענטש האָט פון אונזער אינזעקט-קעניגרייך נישט געוואוסט. מיר האָבן זיך דאָ געלעבט פראַנק און פריי און גענאָסן מכל טוב, ממש ווי אין גן עדן. גאָרנישט האָט אונז געפעלט. מען האָט זיך ממש קיינמאָל נישט געקריגט צווישן זיך. ס’האָט געהערשט אַ גרויסע שפע אויף אלע געביטן. מען האָט נישט געוואוסט פון קיין צרות, נישט געהערט פון קיין אומגליקן. יעדער האט זיך אויסגעלעבט די טעג אין גליק און פרייד. קיינער איז נישט געשטאָרבן מיט אַ מיתה משונה פאַר דער צייט, ווי עס טרעפט זיך ליידער אָפט אין אונזערע צייטן.
איין טאָג האָבן זיך אין די גרעניצן פון אונזער לאַנד פּלוצלינג באַוויזן עטליכע מענטשן. דערזעענדיג אונז דאָרט אַרומשפּאַצירן, זענען זיי געבליבן שטיין פּריטשמעליעט. ס’האָט זיך צווישן זיי אָנגעהויבן אַ דינגעריי, וואָס איז געקומען באַגלייט מיט האַסטיגע אַרגומענטן. גענוי וואָס דער שמועס איז געווען, ווייסן מיר נישט עד היום. עפּעס ווערטער האָבן אונזערע עלטערן וואָס האָבן געלעבט אין יענע צייטן יאָ אויפגעכאַפּט, אָבער נישט גענוג צו פאַרשטיין וואָס די דאָזיגע ווילדע ברואים האָבן דאָ געוואָלט. מיין זיידנ’ס אַ קרוב, וועלכער האָט זיך געהאַלטן פאַר אַ שטיקל אינטעליגענט, האָט זיך פּרובירט צושאַרן צו דער גרופּע, כדי אונטערצוהערן וואָס אַזוינס זיי זוכן דאָ. און כאָטש ס’איז אים גראַדע געלונגען אויפצוכאַפּן עטליכע ווערטער, איז ער אָבער מיט קיין סך נישט קלוגער געוואָרן.
“וואָס איז? דאָס איז אַ נאָרמאַלע זאַך, וואָס דו וועסט טרעפן אין יעדן הויז,” האָט איינער פון דער גרופּע גע’טענה’ט מיט היץ.
“אַזוי? דו מיינסט אַז דאָס איז די ערשטע דירה וואָס איך גיי קוקן?” האָט דער צווייטער זיך אָנגערופן. “אַזוינס האָב איך נאָך קיינמאָל נישט געזען!”
וואָס אַזוינס ער האָט נאָך קיינמאָל נישט געזען, האָבן מיר דעמאָלט נישט געוואוסט. מיר האָבן אָבער פאַרשטאַנען, אַז ס’האָט עפּעס אַ שייכות מיט אונז, ווייל אַלע האָבן זיי זיך בשעת מעשה אומגעקוקט ווי מיר שפּאַצירן זיך דאָרט אַרום אין די מאַסן. מיר האָבן טאַקע נישט געקענט אויסרעכענען וואָס איז אַזוי דער חידוש מיט אונז. אָבער דאָס האַרץ האָט נישט פאָראויסגעזאָגט קיין גוטס.
“איך רוף דאָ אַריבער דעם גוי. ער וועט אויסשפּריצן דאָס הויז. ביז אַ טאָג איז נישטאָ קיין זכר פון דער גאַנצער זאַך,” האָט דער ערשטער זיך אָנגערופן מיט אַ זיכערן טאָן, אָנווייזנדיג דערביי אויף אונזערע סטאַדעס.
בלויז געציילטע בעלי מזל האָבן זיך באַוויזן צו ראַטעווען. צווישן זיי איז אויך געווען דער באַרימטער רויט-ברוינליכער אינזעקט (איר שוין זיכער געהערט אָדער געלייענט וועגן אים אין אונזערע געשיכטע-ביכער), וועלכער האָט נאָך דער רציחה-אַטאַקע רעאָרגאַניזירט די פאַרבליבענע רעשטלעך.
זינט דעמאָלט האַלטן מיר זיך אויף אין די היילן און שפּאַלטנס וועלכע געפינען זיך אין דעם הויז בשפע. מיר מיידן אויס מיט אַלע מעגליכקייטן זיך נישט אָנצושטויסן אין די-דאָזיגע מענטשן. כ’זאָג נישט; דאָ און דאָרט באַגעגענען מיר זיך, און טאַקע גראַדע היפּש אָפט, און נישט אַזוי ווייט היפּש אָפט ווי יעדן טאָג, אָבער אַלעס מיט אַ מאָס. און ווען דאָס פּאַסירט, אַנטלויפן מיר באַלד פייל-און-בויגן, איידער דער מענטש פאַלט אַריין אין רציחה און נעמט זיך צו זיינע גרויזאַמע מיטלען.
פאַראַן גראַדע צווישן אונז עטליכע אינזעקטן מיט דער נויטיגער מאָס דרייסטקייט, וועלכע וואַגן זיך יאָ דאָ און דאָרט צו צימבלען איינעם פון די מענטשן. זיי טוען עס מיט גרויס חכמה און אויסגערעכנטקייט. אַלס ביישפּיל קען איך אייך שילדערן איין אַזאַ געשיכטע. איר וועט מיר אָבער מוזן אַנטשולדיגן אויב כ’וועל פּלוצלינג שטיל ווערן. דאָס זאָל אייך זיין אַ סימן אַז איך קייך זיך פאַר געלעכטער. (מיר אינזעקטן האָבן אַ טבע צו לאַכן אין דער שטיל.)
דאָס איז געווען איינמאָל, ווען איינער פון די מענטשן איז זיך גאַנץ געמיטליך געזעצן ביי עפּעס אַ ריזיגער געביידע (זיי, די מענטשן, רופן דאָס “טיש”) און אַריינגעקוקט אין אַ קאָמפּליצירטער שאַפע. (די-דאָזיגע שאַפע הייסט ביי זיי “בוך”. זאָלט איר טאַקע וויסן אויף ווייטער: ווען איר הערט מענטשן רעדן וועגן געזעצן ביי אַ “טיש” און געלייענט אַ “בוך”, מיינט דאָס אַז ער איז געווען פאַרגלאָצט העכער אַ ריזיגער געביידע, מיט אַ גרויסער שאַפע אונטער דער נאָז.) אונזער העלדישער אינזעקט איז זיך געשטאַנען שטיל אין אַ זייט, (עטליכע טעג איז ער דאָרט אַזוי געשטאַנען און געוואַרט אויף דער געלעגנהייט – אַ השגה פון אַן אינזעקט!) און אָנגעהויבן פּאַמעליך זיך אַרויסשטעקן די הערנער, דאַן דעם קאָפּ, און אַזוי ווייטער צוביסלעך ביז ער איז געווען גענצליך אינדרויסן. דאַן האָט ער זיך שפּאַצירן אין ריכטונג פון דעם מענטש.
אויפאַמאָל האָט אים יענער באַמערקט! האָט איר געדאַרפט הערן וואָספאַראַ קוויטש דאָס האָט אַרויסגעלאָזט (כאַ כאַ כאַ). אַלע יענעמס מיטמענטשן זענען געקומען צולויפן, און זיך צוגעקוקט פאַר’חידוש’ט ווי יענער וואַרפט זיך אין היסטעריע (כע כע כע). ס’האָט געדויערט אַ צייט ביז יענע האָבן געכאַפּט וואָס דאָ איז פאָרגעקומען (כי כי כי). מיין העלדישע קאָלעגע-אינזעקט האָט אָבער אויסגענוצט די צייט און אַנטלאָפן בשלום.
זיי האָבן נאָך עספּיעט צו זען אונזער העלד אַנטלויפן אונטער דעם שטח וואָס זיי רופן “גאַז-רענטש”. די מענטשן זענען אַלע ווילד אַהינגעלאָפן מיט בלוט-פאַרלאָפענע געזיכטער. הפּנים די רציחה וואָס זיי האָבן בירושה פון זייערע זיידעס האָט זיך דערוועקט. אָבער אַ מכה האָט עס זיי געהאָלפן.
דאָס האָט אונז דערציילט, אַז נאָך אַלעם זענען מיר געבענטשט מיט עפּעס אַן אומבאַוואוסטער קראַפט, פון וואָס די מענטשן שרעקן זיך. נאָר מאָדנע; עס העלפט נאָר פאַר די ערשטע מאָמענטן ווען מיר באַווייזן זיך. באַלד קומען די מענטשן צו זיך און נעמען אַפיר זייערע כלי משחית און מאַכן פון אונז אַ תל.
גיי פאַרשטיי.
יעדנפאַלס, ווי איך פאַרשטיי, האָט איר, חשוב’ער לייענער, עפּעס אַ שטיקל וואָרט ביי די מענטשן. וויל איך אייך בעטן, אַז דאָס קומענדיגע מאָל ווען איר וועט זיי טרעפן, גיט זיי ביטע איבער אַז מיר זענען זיי ח”ו נישט קיין שונאים. אדרבא, אונזער איינציגער ציל איז זיך צוזאַמצולעבן מיט ברידערליכער פריינטשאַפט, באהבה ואחוה ושלום ורעות. פאַרוואָס זיך קריגן אין דער צייט ווען מען קען לעבן אין גוטן און זיך קעגנזייטיג אַרויסהעלפן איינער דעם אַנדערן?