סאן פראנציסקא – די צוויי גרעסטע אמעריקאנער לופטליניעס, דעלטא עירליינס און אמעריקען עירליינס, האבן נעכטן געמאלדן אז זיי האבן דערגרייכט אן אפמאך צווישן זיך, אז אין פעלער פון שטורעמס אדער אנדערע סיטואציעס, וואס ברענגט אז זייערע פאסאזשירן זאלן ווערן געשטראנדעט צוליב אפגעשאפענע פליגערס, וועלן זיי זיך איינער דעם צווייטן ארויסהעלפן און איבערנעמען יענעמ’ס פאסאזשירן און זיי פירן צו זייערע דעסטינאציעס פאר אומזיסט. די צוויי לופטליניעס האבן געהאט אזא אפמאך פאר לאנגע יארן, אבער דעלטא האט זיך ארויסגעצויגן דערפון אין יאר 15′ נאכדעם וואס זי האט געזען אז עס בענעפיטירט מער די אמעריקען עירליינס ווי איר. אצינד, נאך צוויי יאר פון טראוועל קריזיסן, מיט עטליכע מאסיווע קורצשלוסן אין וויכטיגע לופטפעלדער, און שווערע וועטערס, וואס האבן געברענגט נעגאטיווע דעקונג פאר אוויאציע בכלל, האבן די צוויי לופטליניעס מסכים געווען צוריק צו באנייען דעם דיעל.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
איינמאל פאר אלעמאל: וואס הייסט חילול השם?
די גרעסטע פליגער הייבט זיך דאס ערשטער מאל
א’ תזריע ע”ט – פארוואס שרייסטו...
עקסידענט מיט טראק וואס דעליווערט ביר,
האדמו”ר ממונקאטש שליט”א ביים ציון פון דער...
גרויס איז קליין און קליין איז גרויס, הר”ר אברהם...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.