ער פרעגט שוין צופיל
די פאטאצקי פאמיליע, איז געווען גאר באקאנט איבער גאנץ פולין וואס האט אויפגעשטעלט דורות פון פריצים און אדעל-לייט. ביי זיי איז געלט קיינמאל נישט געווען אן אפהאלט, אויף אזוי ווייט אז ווען א קינד סיי וואו אימער אין פוילין האט געבעטן פון זיין פאטער עפעס א זאך, וואס ער האט זיך נישט געקענט ערלויבן, איז שוין געווען איינגעגעסן אלס א נאציאנאלער אויסדרוק: “וואס מיינסטו, אז כ’הייס פאטאצקי?!”
א קוריאזער ביישפיל איבער זייער גרויס רייכטום, ווערט געברענגט אין ספר מאמר מרדכי. דער גראף סטאניסלאוו פאטאצקי, האט פארמאגט ניין הונדערט מיט ניין-און-ניינציג שטיקער טעריטאריע. מיינט נישט אז ער האט פשוט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן נאך איינס כדי ס’זאל ווערן גאנצע טויזענט, נאר ער האט געוואלט אז ווען מ’רעדט פון זיין פארמעגן, זאל מען נישט זאגן “ער פארמאגט טויזנט שטיקער ערד”, זיין ווילן איז געווען ס’זאל קומען א גאנץ מגילה ‘ניין הונדערט ניין-און-ניינציג’! א גוי’איש קאפ…
דער גראף סטאניסלאוו פאטאצקי, האט געהאט א בן יחיד, מיט’ן נאמען וואלענטין. ער איז געווען זייער קלוג און פארשטענדליך. די עלטערן האבן אים גאר שטארק געגליכן און געצערטלט. זיי האבן באשלאסן אים צו פארוואנדלען אלס א גרויסער געלערנטער אריסטאקראט. מ’האט אראפגערופן אזש ביז ווילנא – דער שטאט וואו פאטאצקי האט געוואוינט און געהערשט – די גרעסטע לערער’ס זאלן אים אוישלייפן און שטודירן מיט אים אלע סארטן חכמות. צוזאמען מיט פאטאצקי האט אויך געלערנט זיינ’ס א פריינט, מיט’ן נאמען זארעמבא, אזוי זענען זיי ‘געשטיגן’ ביז ווען מ’האט אנגעהויבן צו לערנען מיט די קינדער תנ”ך. (די קריסטן רופן עס “בייבל”).
ווען די קריסטליכע לערער’ס האבן אויסגעלערנט פאר די צוויי די סדרות פון בראשית און שמות, האט זיי פאטאצקי באווארפן מיט גאנצעטע פראגעס און זיי אויסגעשטעלט אן קיינע קראנטע ענטפער’ס. די לערער’ס זיינע האבן באשלאסן, אז ער האט צווייפלנישן אינעם קריסטליכן גלויבן, טא זאל מען נישט לערנען מיט אים ‘חומש ויקרא’, ווייל דאס זענען די גרונד-שטיינער און פונדאמענטן פונעם אידישן אויטענטישן רעליגיע.
מ’לערנט ויקרא אין געהיים
אזוי האבן זיי טאקע געטון. תיכף נאכ’ן ענדיגן ספר שמות, זענען זיי אריבערגעשפרינגען צו במדבר, און פארגעזעצט די שטודיעס. פאטאצקי איז אבער געווען ווייט פון א נאר, און ער האט באשלאסן אז קלוגע מענטשן, דארף מען איבערקלוגן… איז ער איין נאכט אריבער מיט זיין פריינט זארעמבא צום קליינעם פאר-שטעטל וויזען, און אנגעקלאפט אויפן טיר פונעם ארטיגן רב ר’ מנחם.
פאר’ן רב – וועלכער האט געהויבן ברעמען צום מאדנעם באזוך אין אזא אומשטייגערליכער שטונדע – האבן זיי געווינקען ער זאל זיך בעסער האלטן דאס מויל. און דאן זענען זיי איינגעזינקען אין א טיפן פילאזאפישן שמועס. אזוי בין הדברים פרעגט פאטאצקי “וויפיל בענדער פארמאגט די בייבל”? ענטפערט דער רב “פינעף”. די קינדער האבן זיך געבעטן אז ער זאל פאר א פעטן מטבע זיי אויסלערנען חומש ויקרא. דער רב איז באוויליגט געווארן, און זיי זענען נאכט נאך נאכט אריבער אין געהיים לערנען ויקרא…
איינמאל האבן זיי געלערנט הלכות טבילה במקוה, און דער רב האט זיי מסביר געווען אז ווען מ’טובלט זיך ווערט מען לויטער און הייליג. פאטאצקי האט באשלאסן אז ער מוז ‘קאסטן’ א מקוה. איז ער געגאנגען אין טייך און זיך גע’טובל’ט. ווי פאטאצקי האט שפעטער געשילדערט, האט ער געשפירט עפעס א ספעציעלע דערהויבנקייט וואס איז פאר אים געווען ווי א געוואלדיגן פארגעניגן.
ס’קומט שבת אויף די וועלט
נאך אן עפיזאד וועלכע האט געגעבן פאר פאטאצקי‘ן א פאזיטיוון בליק אויפ’ן אידישקייט – שרייבט דער בית צדיקים יעמוד – איז פארגעקומען א געוויסער פרייטאג נאכמיטאג, ווען זיין פאטער האט געפראוועט א ‘באל’, ווי ער האט גערופן אלע זיינע נאנטע פריצים און גראפן, צו זיצן ביי א רייכן באנקעט, און הוליען צעווילדעוועטערהייט. ווי דער דעמאלסדיגער ברוטאלער שטייגער, האט יעדער הויף געהאט א אומשולדיגן ‘מה יפית אידל’, א געוויסער ‘מאשקע’ וועלכער איז יעדן וויילע פארוואנדלט געווארן אין א כפרה-הינדל פאר די צוויי פיסיגע חיות. ביי יענעם צוזאמענקום איז נישט געווען אנדערש, די חברה האבן זיך אונטערגעהאלטן אויף מאשקע’ס קאנטע, און אים געצימבלט נאכאנאנד.
זעענדיג אז ס’איז שוין באלד דער זמן שבת, האט ער איידעלערהייט געבעטן ביים האלב-שיכור’ן גראף, אז ער וויל אהיימגיין. אויפ’ן ארט איז דער גראף געקומען צו א מאסיווער אויסברוך, מיט האס און צארן, האט ער זיך גענומען שטויסן אינעם איד, אז ער האט די ‘חוצפה’ פון פארציכטן אויף זיינס א באל! איינס צוויי זענען זיך די איבעריגע אנגעטרינקענע צוזאמענגעלאפן, און אים צו’מקל’ט די ביינער ביז זיי האבן שוין נישט געהאט מער קיין כח צו טיילן קלעפ.
אן ארויסרעדן קיין ווארט, האט מאשקע פארלאזט דעם זאל א צוביילטער און צו’מזיק’טער, הינקענדיג אויף זיינע צובראכענע פיס. דער קליינער פאטאצקי איז געשטאנען אין א זייט, און אויסגעגאנגען פאר רחמנות. איז ער אריבערגעלאפן אהיים, און זיך אנגעפולט די קעשענע’ס מיט זאלבן און באנדאזשן, פון דארט האט ער געוואנדן זיינע טריט צום שטוב פון מאשקע. ער איז געווען זיכער ביי זיך, אז דארט הערשט א תשעה באב’דיגן שטימונג, דער טאטע ליגט אין בעט פארבלוטיגט, און ארום אים קלאגן זיינע פאמיליע מיטגלידער. ווי שאקירט און דערשטוינט איז ער געווארן, זעענדיג ביים איד, ווי ער זיצט זיך ביי א רייך-געדעקטן טיש, ארומגענומען מיט האלב פראוועזארישע באנדאזשן און זינגט זיך פייערליך די הארציגע זמירות שבת… איי האט ער מקנא געווען מאשקע’נען.
רעדנדיג איבער שבת, איז אינטערעסאנט צו נאטירן א גאר מאדנע זאך, פון ווען פאטאצקי איז נאך געווען א קריסט ביז זיין לעצטן טאג, פלעגט ער פילן שטענדיג אויפ’ן מינוט ווען שבת האט זיך אראפגעלאזט אויף די וועלט, א מורא’דיגער ברען און שטויסקראפט – א זאך וואס קיין שום גוי פארשטייט נישט דער געהויבענער באדייט דערפון – און יעדער פרייטאג צונאכט’ס, ביזן זמן מוצאי שבת, פלעגט ער ארומלויפן ווי א גייסטיש צורודערטער, און שרייען אויף פויליש “וואס פארא זאך איז דער שבת! וואספארא זאך”!… ד.ה. אז שבת האט אויפ’ן קינד געהאט א גרויסן ווירקונג.
צום פאריזער גלחי’שן סעמינאר
צוריק צו פאטאצקי‘ס לערער’ס. ווען זיי האבן געזען אז דער קינד פרעגט און גריבלט שוין צופיל, אז זיי אליין זענען שוין געווארן אביסל מסופק… האבן די לערער’ס געמאלדן פאר’ן טאטן, אז פון זייער קוק-ווינקל האט דאס קינד געוואלדיגע פעאיגקייטן און כאריזמאטישע טאלאנטן, און לויט זייער מיינונג, לוינט צו טראגן פאטאצקי‘ן, צום גרויסן שטאט פאריז, דארט וואו עס איז פארהאן א גרויסער גלחישער סעמינאר, ווי מ’שולט געטרייע קאטויליקן וויאזוי צו ‘פראווענען גלחות’שאפט’ אויף דער עלטער. סיי דער פאטער, און סיי דער זון, האבן זיך צוגעכאפט צום פארשלאג ווי צו א שטיקל געבראטנ’ס, און נישט לאנג דערויף, זענען שוין געזיצן פאטאצקי מיט זארעמבא אין א פראכטפולן קארעטע, געשפאנט צו ריטערישע פערד, אויפ’ן וועג קיין פאריז, פראנקרייך.
די צוויי האבן זיך גאנץ פיין אריינגעגלידערט אינעם אקאדעמישן געזעלשאפט. א ספעציעלער ליבשאפט, האט פאטאצקי געהאט, צו ארומגיין איבער די קאלירפולע פאריז’ע גאסן, און זיך נענטער באקענען מיט קולטורן און רעליגיעס. איין שיינעם טאג, זאגט ער פאר זארעמבא, אז ער מיינט ס’איז געקומען די צייט, אריינצוטרעטן אין א גאסט-הויז און זיך דערכאפן ס’הארץ מיט א שטיקל איבערבייס און געטראנק. אריינגייענדיג צום ערשטן אכסניה וואס זיי האבן אנגעטראפן, זענען זיי געבליבן שטיין געפלעפט.
א גרייז-גרויער מאן, מיט א געדיכטן ווייסן בארד, זיצט און שאקלט זיך איבער א דיקן בוך מיט גאר מאדנע פיר-קאנטיגע בוכשטאבן. פלוצים האט ער זיך אויפגעכאפט און זיך אויפגעהויבן פון ארט, צו סערווירן זיינע פרישע קונדן מיט א צויבערליכער העפליכקייט. פאטאצקי האט שוין מיט זיין ענערגישן אינסטינקט אנגעפאנגען צו פרעגן דעם מאן פיל קשיות, און דער אלטער האט געענטפערט אז ער איז א איד, דאן האט ער צו פאטאצקי‘ס פארלאנג אים גאר דראמאטיש געשילדערט דאס לעבן און שאפן פונעם אידישן פאלק, די רייכקייט און דערהויבנקייט מיט וועלכע זי ספעציעליזירט זיך. און אזוי אויך אירע הייליגע מצוות וואס השי”ת האט געגעבן ביים וואונדערליכן מעמד הר סיני.
אויפגעדעקט דעם שלייער
גענצליך אן איבערגענומענער, איז פאטאצקי ארויס פונעם אכסניה, איבערלאזנדיג זיין טעלער אומבארירט. ער האט זיך ארומגעדרייט פארקלערט און פאר’מוח’ט. זיינע פריינט אינעם אקאדעמיע האבן זיך געוואונדערט וואס אזוינס האט געקענט פארקומען מיט’ן שעפערישן פאטאצקי, אז ער דרייט זיך ארום פאר’דאגה’ט. אבער נישט פאטאצקי, און אויך נישט זארעמבא, האבן געהאלטן ביים אויפדעקן אפילו א שפאלט פון זייער אינערליכן קאמף. בלויז איינמאל האבן זיי זיך געעפנט. דאס איז געווען ביי די גאר אפטע באזוכן אינעם אלטן’ס קרעטשמע. וואס א שמועס מער, זענען זיי געווארן אלס מער און מער איבערצייגט, אז די קריסטליכע רעליגיע שטייט אויף הינערישע פיס.
זייענדיג שוין מער יא איבערצייגט ווי נישט, אז די אידן זענען ווירקליך אויסגעקליבן צו זיין דעם עם הנבחר, און די קריסטליכער אמונה איז נישט מער, ווי אן אויפגעבלאזענעם באלאן, וועלכע איז גענצליך אינהאלטסלאז, האט פאטאצקי מחליט געווען, אז ער גייט נאך אויספרובירן איין שאנס, נעמליך באזוכן דעם שמייליגסטן ארט און מאן פונעם קריסט, דער פויבסט אינעם וואטיקאן.
געטראכט און געטון, ער פאקט זיך זיינע געפעק, און מיטן באגלייטונג פון זארעמבא, לאזט ער זיך ארויס אויף א רייזע צו רוים’ס הויפשטאט, דער צענטראלער שמייליגונג און הארץ פון יעדן פרומער קאטויליק. וואטיקאן. ווי נאר ער קלאפט אן אויף די טויערן, און אידענטיפיצירט זיך אלס א פאטאצקי, זענען אינסטינקטיוו געעפנט געווארן אלע טויערן און קארידארן. דער גאנצער שטאב, גלחים בישאפן און קארדינאלן, האבן פרובירט זיך צו געפעלן און מאכן א גוטן איינדרוק ביים קינד. (ער האט דאך געהאט רענדלעך…)
אינדערצווישן האט זיך אונטערגערוקט דעם גויאישן חאגע, אויף וועלכע זיי פארציילן אז באותו היום זיצט דער פויבסט שרוי בתענית, און אינמיטן טאג טוט ער ‘ארויפפליען’ צום אותו האיש, וכהנה וכהנה נאך אזעלכע זיסע פאנטאזיעס… פאטאצקי האט אנגעוואנדן אלע זיינע קאנטאקטן, און אונטערגעשמירט די ריכטיגע טאשן, ועלתה בידו זיך אריינצובאקומען אינעם פריוואטן פויבסטליכן צימערל. איר ווייסט וואס ער האט דארט געזען? נישט געשטויגן און נישט ‘געפלויגן’, דער פויבסט בכבודו ובעצמו זיצט איבער א גרויסן טעלער מטעמים ומעדנים און איז זיך מחיה נפשות… ‘יא יא’ לויפט פארביי א מחשבה’לע אין פאטאצקי‘ס מח ‘א שיינער פנים טראגט די גאנצער קריסטליכער קארטען-געביידע’…
און דאס איז געווען דער מכה בפטיש, וועלכע האט ביי אים גענצליך איבערגעוואויגן דעם וואגשאהל, ער איז געווארן אנטשלאסן אריבערצוגיין צום אמת’ן אידישן הייליגן אמונה!
פון גראף פאטאצקי צו אברהם גר צדק
מיט פרישע ענערגיע האט פאטאצקי געלאזט מעלדן פאר זיין בוזעם-פריינט זארעמבא, אז ער האט שוין באשלאסן אויף וועלכן ריכטונג צו מארשירן ביים שייד-וועג, פון יעצט און ווייטער איז ער אויפ’ן אידישן זיייט. זיי האבן זיך געזעגנט מיט טרערן אין די אויגן. (פון דא און ווייטער איז היבש פארנעפלט וואס ס’האט זיך אויסגעלאזט מיט זארעמבא. אבער אינעם חיבור ‘המתיהדים ברוסיא ובשאר ארצות’ ווערט געברענגט, אז זארעמבא איז אנטלאפן קיין ארץ ישראל, און זיך מגייר געווען, דאן האט ער חתונה געהאט מיט א גיורת, ער האט זיך געביטן זיין נאמען צו ברוך בן אברהם, און זיין ווייב אויף רות בת שרה, צוזאמען האט דאס פארפאלק אויפגעבויט א קייט פון דורות ישרים מבורכים, מיט גליקליכע לאנגע יארן.) פאטאצקי האט זיך אויסגעדרייט און צוריק קיין פאריז. דארט האט ער זיך נאכאמאל געטראפן מיט’ן אלטן קרעטשעמער, און אים אויפגעדעקט אלע זיינע צווייפלענישן און די פאסיגער באשלוס. נאכדעם האט ער געבעטן מיט פייכטע אויגן צום אלטן, ער זאל אים מגייר זיין כדת משה וישראל.
דער אלטער איז געווארן זייער בארירט און איבערגענומען, אויפ’ן יונג וועלכער האט די זכיה צו וועלן זיין א טייל פונעם באשעפער’ס באליבטער פאלק, אבער דאך זאגט ער פאר פאטאצקי: “איך ציטער פון די אינקוויזיציע”!
(יא, דער זעלבער בלוט-דארשטיגער אינקוויזיציע וועלכע האט אין יארע רנ”ב ברוטאליש פארטריבן די אידן פון שפאניע, און אום רנ”ו דאס בליענדער אידנטום פון פארטיגאל, טאקע די זעלבער אינקוויזיציע וואס איז פאראנטווארטליך אויפ’ן טראגישן און העלדישן אומקום פון הונדערטער טויזנטער באהאלטענע אדער אפענע אידן אויפ’ן שייטער-הויפן, דורך זייערע בלוט-פארשמירטע פויסטן, האט נאך עקזיסטירט. עס איז טאקע שוין נישט געווען אזוי מאכטפול און סיסטעמאטיש ווי אין יענע שוידערליכע יארן, קיין אידן האבן זיי שוין נישט געהאט די קראפט און כח צו אומברענגען, פארט איז נאך יא געווען אין זייערע הענט צו פארברענען א קריסט וועלכער איז אריבער צו א אנדערער גלויבן, און אויך דעם מאן וואס האט אויף אים משפיע געווען צו בייטן רעליגיע. אך און וויי איז געווען פאר דעם וואס האט זיך געטראפן פארכאפט אין די מערדערליכער אינקוויזיציע מארד מאשין!)
פאטאצקי האט נישט געהאלטן ביים אויפגעבן. ער האט זיך ווייטער געבעטן ביים קרעטשמער, און זיך פאר’עקשנ’ט. דא האט אויפגעבליצט א געניאלן בייפאל פאר’ן אלטן, ער האט געזאגט: “הער מיר אויס, דא אין פאריז, אדער אין פולין, איז א גיור פראצעדור נישט מער ווי א גלאטער זעלבסטמארד! גיי קיין אמסטערדאם, דארט וואו ס’איז דא פרייהייט פאר יעדן מענטש צו דינען דעם וועמען זיין הארץ גלוסט נאר, און דארט קענסטו אויספירן דיין גוטן שטרעבן. ביז אהין וועט שוין די אינקוויזיציע נישט אריינשטעכן אירע שארפע נעגל! גראדע איז דער רב פון אמסטערדאם, האלאנד, מיינס א יוגנט פריינט, כ’וועל אים שיקן דורך דיר א רעקאמענדאציע בריוו”!
דער פלאן איז געפעלן געווארן פאר פאטאצקינ’ען, און ס’האט נישט געדויערט צו א לאנגער וויילע ביז ער איז געשטאנען פארנט פונעם אמסטערדאמען רב. נאכ’ן אים ערנסט אויסהערן, און דן זיין בכובד ראש זיין פאל, האט אים דער רב מגייר געווען נישט בעפארן לערנען מיט אים עטליכע וואכן די מצוות פונעם תורה.
אברהם בן אברהם איז געווארן א פולקאמער איד, ער האט זיך גע’מל’עט און אויסגענוצט גאנצע זעכציג מינוט א שעה צו דינען דעם באשעפער.
וואו איז וואלענטין פאטאצקי?
ווען אברהם בן אברהם איז אריבער פונעם נארישן קריסטנטום צום הייליגן אידנטום, האט ער דערמיט אויך אפגעהאקט אלע זיינע פארבינדונגען מיטן גראפישן פאטאצקיפאמיליע. ס’טייטש אז ביז דאן, פלעגט ער שיקן בריוון פון פאריז – און זאגאר פון רוים – איבער זיין ‘גלחישן אקאדעמיע פארשריט’, אבער איינמאל ער איז אריינגעטרעטן אין אידישע שיך, פלעגט פאטאצקי צו זאגן “גר שנתגייר כקטן שנולד דמי” און ער איז אריינגעשווימען אין א נייער באגריף, דער געוועזענער פאטאצקי שטייט אצינד א פאמיליע-לאזער מאן. אדרבא, אלס ערזאץ האט ער געקריגן א גרעסערן משפחה, דאס אידישן פאלק.
אבער אינעם פראכטפולן שלאס, דער גראף’ס פאלאץ אין ווילנא, האט זיין מיסטריעזע פארשוואונדן ווערן אויסגעקלאפט אינגאנצן אנדערש. כ’מיין, נישט יעדן טאג ווערט נעלם זייער געליבטן בן יקיר פונעם אויבערפלאך! מ’האט אנגעוואנדן אלע מיטלען, איינגעשפאנט אלע אגענטורן, אויסגעפארשט אלע סטודענטן פונעם גלחישן סעמינאר – וועלכע האבן גראדע געוואוסט צו פארציילן איבער א לעצטיגן מרה-שחורה אטאקע – אבער הילד איננו! נישט פאטאצקי, און נישט זארעמבא! פארלוירן ווי א שטיין אין וואסער!
אלעס האט אפגעלאזט די באשעפטיגונגען, פון די פאליציי, אלע פריצים און גראפן – וועלכע האבן געטראפן א געלעגנהייט צו חנפ’נען דעם מעכטיגן פאטאצקי – ביז די קירכע, ענדליך האבן זיי געפינען א שפיץ צום פאדעם אינעם וואטיקאן. די גייסטליכע פירער’ס האבן דערציילט אז פאטאצקי פלעגט גריבלען און פרעגן טיפע קשיות אויפ’ן קריסטליכן הלוך-ילך, און אפט מאל אויסדרוקן טיפע אנטוישונג אויף זיין אייגן רעליגיע. לויט ווי אלע באווייזן טאדלען, איז ער ווארשיינליך ערגעצוואו אריבער צום אידישן גלויבן. אט די מסקנא האט ארויסגענומען דעם גאנצן זוכערס-קייט פון די גלייזן. מ’האט זיך אריינגעווארפן מיט לייב און לעבן אויפן לענג און ברייט, צו ראטעווען די “פארבלאנדזשעטע נשמה” פון אידישע אינטערעסן.
“ביסט נישט מער ווי א גר!”
לאמיר איבערלאזן די גרופע זוכער’ס, וועלכע קערן איבער יעדן שטיינדל אפירצוברענגען פאטאצקי, און מאכן נישט קיין שום ערנסטן פארשריט, און צוריקגיין זען וואס ס’טוט זיך מיט פאטאצקי‘ן זעלבסט.
פאטאצקי האט זיך שוין היבש משנה צורה געוועזן, זיין איידעלער געשטאלט איז באצירט געווארן מיט א שיינעם בארד, ווי ס’פאסט זיך פאר אן ערליכן איד, און דאן האט ער אויסגעדרוקט זיין שטארקן גלוסטעניש, צוריקצוגיין קיין ווילנא, און דארט פארזעצן צו לערנען און דאווענען. “כ’שפיר אז טאקע דארט וואו כ’האב זיך אויפגעפירט ווי א מיאוס’ער גוי, טאקע באותו מקום ברויך איך אלס תשובת המשקל, זיצן על התורה ועל העבודה”.
וויפיל מ’האט אים ערקלערט אז ער איז ווי א געזונטער וואס טוט זיך מיט’ן אייגענעם ווילן אריינלייגן אינעם קראנקן-בעטל, ווארום א גר אין ווילנא, איז א גאראנטיע צו פארשניידן ס’לעבן יונגערהייט, איז עס געווען ווי גערעדט צום וואנט. ממחשבה למעשה. ער געזעגנט זיך מיט אלע פריינט, און וואנדערט צוריק צו זיין היימשטאט, ווילנא.
אזוי איז אברהם בן אברהם פאטאצקי געזיצן אינעם ווילנער קלויז, און געלערנט מיט’ן גאנצן קנאק און ברען, ווען צענדליגער מענטשן דרייען זיך ארום און זוכן דעם גראף’ס פארלוירענעם זון, ממש אונטער זיינע אייגענע פיס. דער פרעמדער מאן וואס איז ארויסגעוואקסן לעצטנ’ס, האט געצויגן זייער אויפמערקזאמקייט. דאן איז דערגעגאנגען צו די ראשי הקהלה’ס אויערן א שמועה, אז ס’האט זיך עמטליך געעפנט א קאמיטע נאכצוגיין דעם פרישנ’ס יוחס. ווי נאר דער ווילנער גאון האט עס געהערט, איז ער געלאפן ווי א פייל פון בויגן צו פאטאצקי, און אים געזאגט אז ס’איז א ריזן סכנה פאר אים.
פאטאצקי האט זיך נישט געזוכט קיין צרות, מיט’ן הילף פונעם ווילנא קהילה און רב, איז ער אנטלאפן צום שטאט אילייע, אינעם ווייטן ליטע. כאילו לא הי’, האט ער דארטן, אינעם ליטווישער שטעטל, זיך ווייטער אריינגעווארפן אינעם עבודת השם מיט’ן פולסטן ברען.
ביז ווען דאס ארגסטע האט פאסירט.
געווען איז דאס איין שיינעם טאג. פאטאצקי דאווענט, און אינמיטן באמערקט ער ווי דער שניידער’ס זון רעדט מיט תפילין. פאטאצקי איז אויפגעשוידערט געווארן, און אים דערלאנגט א מוסר פארציע, היתכן ער פלוידערט אינמיטן רעדן מיט’ן רבונו של עולם? ביי דעם האט זיך עס נאכנישט געענדיגט, ווען פאטאצקי האט זיך געזעצט – ווי זיין שטייגער – לערנען נאכ’ן דאווענען, האט דער קינד פארגעזעצט צו רודערן, ער האט געשריגן און פארפירט, פאטאצקי האט אים געבעטן ער זאל זיך אביסל בארואיגן און איינרוען.
אבער וויבאלד דער קינד איז שוין געווען אין קאמף מיט פאטאצקי, האט ער ווי להכעיס דאפעלט ארומגעווילדעוועט. נישט האבנדיג קיין ברירה איז פאטאצקי צוגעגאנגען צו אים, אנגעכאפט ביים אויער, און אזוי ארויסגעפירט פון בית המדרש זאגנדיג: “איינער וואס האט נישט קיין כבוד בית המדרש, קען זיך נאך שמד’ן!” (יודעי דבר זאגן אז דער קינד האט זיך טאקע גע’שמד’ט שפעטער).
ווי א באגאסענער מיט א טאפ הייס וואסער, איז דער קינד געלאפן צו זיין טאטע, דער פראסטן שניידער, און אים אלארמירט אז דער ‘נייער מענטש’ האט אים זייער שטארק געטשעפעט. דער קינד האט געהאט אין וועמען צו ראטן, זיין טאטע – וועלכער האט שוין לאנג געהאט א חשד אז דער נייער אינגערמאן איז דער פארלוירענער פאטאצקי – איז געקומען צו לויפן אין בית המדרש, און אנגעהויבן צו שרייען אויף אים: “שעמסט זיך נישט? קוים אנגעקומען, שוין באלעבאטע’ווסטו מיר דא ארום? ביסט נישט מער ווי א גר, ווער האט דיר בכלל געפרעגט?!”
מאת ה’ היתה זאת, אין יענע מינוט איז פארבייגעגאנגען א קריסט אונטערן בית המדרש, און אויפגעכאפט, טאקע דאס וואס ער האט נישט געמעגט הערן. מיט די טייערע אינפארמאציע, איז ער גאר פלינק אריבער צום קירכע מיטן נייעס, אז אין אילייע דרייט זיך ארום א גר צדק פראנק און פריי. אזוי ווי ער איז ארויס פונעם קירכע, איז דער שנייידער אהין אריין אויפגעברויזט און אנגעצינדן, מיט די שרעקליכע מסירה, אז אברהם איז דער לאנג-געזוכטער פאטאצקי.
ארעסט אונטערן חופה
קיין נביא איז פאטאצקי נישט געווען, פונעם גאנצן שוידערליכן מסירה האט ער נישט געהאט קיין השגה, און איז דערווייל א חתן געווארן מיט’ן טאכטער פונעם ראש הקהל פון אילייע ר’ בצלאל. מ’האט באשטימט דעם גליקליכן חתונה-טאג צו י”ג אדר שנת תק”ט. אין איינע פון די טעג, האט אים די נייעס באטראפן ווי א דונער אינמיטן העלן טאג, אז די קירכע איז אויפן וועג אים צו כאפן און ארעסטירן. מיט א בליץ-שנעלקייט איז ער ארויסגעלאפן פון א זייטיגן אונטער-טירל, און אנטלאפן ביז צום שטעטעלע סטארינקע.
די פאליציי האט נישט געהאלטן ביים אראפשלינגען דעם ביטערן דורכפאל, און געעפנט קעגן אים א מעכטיגן געיעג. אין געהיים איז אנגעקומען א מעלדונג צום כלה און די מחותנים, זיי זאלן שטילערהייט אריבערקומען פראווענען די חתונה אין סטארינקע. אזוי איז טאקע געווען, זיינע מחותנים האבן זיך ארויסגעלאזט צום פארשטופטן שטעטעלע, און זיך געגרייט צום חתונה.
ביים חופה האט זיי אבער אפגעווארט א טראגישן איבערראשונג. אברהם גר צדק שטייט אונטערן חופה מיטן ווייסן קיטל, א ערנסטקייט און דערהויבנקייט דערקענט זיך ביי די ענגע צאל געלאדענטע, ווען פון ערגעצוואו שפראצט ארויס א ריזן מחנה מיליטערלייט. מ’האט זייער געהאפט אז ס’מיינט גארנישט. אבער א סקרוך איז אדורך אין יעדעם’ס ביינער, ווען דער פירער פונעם גרופע איז גראד צוגעגאנגען צום חתן און קאלטערהייט געזאגט: “א גוטן הער פאטאצקי, עס טוט מיר וויי אייך צו מעלדן, אז אין נאמען פונעם קירכע, זענט איר יעצט ארעסטירט”…
מיט שווערע קייטן איז דער חתן אוועקגעפירט געווארן צום טורמע אין ווילנא, ווען די מנין אידן שטייען דארט ווי פארגליווערט פאר שאק און שרעק.
איר זענט נישט מיינע עלטערן!
ווי א פייער אויף דערנער. האט זיך איבערן גאנצן לאנד, פארשפרייט די שמועה פון מויל צו אויער, אז דער פארשוואונדענער פאטאצקי, איז געפונען געווארן אלס א פרומער איד, אין א פארווארפענער שטעטל. ווען זיינע עלטערן זענען אים געקומען באזוכן אין טורמע, האבן זיי נישט געוואוסט צי זיי זאלן וויינען אדער לאכן, זעענדיג זייער אינטעליגענטער קינד איז א איד מיטן פולסטן אידישן טראגע, און מיט באוואקסענע בארד און פיאות, דאן האט זיין טאטע אים פרובירט צו ווייעך מאכן: “מיין טייער קינד”…
אברהם האט אים איבערגעהאקט “כ’בין נישט דיין קינד, וואס’זשע פארדרייסטו מיר א קאפ? כ’בין א פשוט’ער גלות איד, א זון פון מיין גרויסן טאטע אברהם אבינו, און דער פארפאלק וואס שטייט דא פאר מיר, זענען אבסעלוט נישט מיינע עלטערן!” דער גראף מיט’ן גראפק’ע האבן אויסגעבראכן אין א געוויין הערנדיג וואו דער מצב האלט.
זעענדיג אז די עלטערן קענען ביי אים נישט פועל’ן, האט מען געברענגט זיינע לערערס, גלחים און בישאפן, ווען פאטאצקי האט געזען אז זיי טראגן אויף זיך צלמים, האט ער אויסגערופן מיט איבל “מילא מיט ענק, קען איך נאך אויסטוישן א ווארט, אבער כל זמן איר טראגט מיט זיך די “הונט” – ווייזט ער זיי אויף די צלמים – “וועל איך אייך גענצליך איגנארירן”.
די חברה האבן אים נישט געקענט מוחל זיין אויפ’ן פארשעמונג. מ’האט מיט אים נאכאמאל פרובירט צו רעדן שיין: “וואס מאכסטו זיך נאריש, ס’פאסט ניטאמאל פאר דיר. דו ווארפסט אוועק גאלדענע גליקן, דעם ריזן רייכטום פונעם פאטאצקי פאמיליע, און דו שליסט זיך אן מיט די אפגעריסענע אידן?! ציה צוריק, מ’וועט דיר באקרוינען, נישט אלס גלח, אויך נישט פאר בישאף, נאר דו וועסט זייין קארדינאל איבער גאנץ פוילין!”
פאטאצקי האט זיי געלאכט אין פנים אריין, און געזאגט אז ס’איז א גרויסער שאד אויף יעדן ווארט. דאס האט זיי אויפגערייצט.” אויב אזוי” מעלדן זיי אים טרוקן “האבן מיר נאך שפראכן, וואס מיר ווייסן אז אזא געצערטלטער קינד ווי דיר, קען עס נישט דערליידן!”
דא האבן זיי אויך געהערט א קאטעגארישן פעלזן פעסטע ניין.
פארפאלן, אז ס’גייט נישט מיט גוטן, איז מען ‘געצוואונגען’ צו גיין מיט בייזן. אבער די לעצטע מאל פרובירן מיט גוטנ’ס. “דו ווייסט ווי רייך מיר וועלן דיר מאכן, אויב דו קערסט זיך צוריק צו אונז? מ’וועט דיר ממש באגיסן מיט גאלאנען גאלד כבוד און עהרע… אבער אז דו ביסט נישט גרייט צו קאפערירן, וועט מען דיר פייניגן ביזן לעצטן טראפן בלוט”!!!
ווי דערשטוינט זענען זיי געווען צו באקומען א ענטפער “איין פאדעם פונעם ציצית, איז ביי מיר פיל מער חשוב ווי אלע אייערע גליקן!”
מקבל די פייניגונגען באהבה
דאן האבן די רוצחים זיך גענומען צו זיינע ביינער, אן קיין ברעקל רחמנות, צוערשט איז ער אריינגעשליידערט געווארן אין א פינסטערן גרוב, וואו עס זענען געקראכן פארשידענע באשעפענישן און אינזעקטן. גאנץ שנעל האבן זיך די קריכעדיגע היימיש געמאכט, און אים אפטמאל געביסן און געשטאכן. אבער פאטאצקי פלעגט צו זאגן יעדן מאל וואס ער האט באקומען פון די בייסעדיגע “זייער פיין! עסט מיט אפעטיט, דעם גוף וואס האט זיך אנגעגעסן מיט מאכלות אסורות”…
ס’איז געווען שגור על לשונו פון הרה”ק דער דברי חיים פון צאנז זי”ע צו זאגן בהאי לישנא: “גראף פאטאצקי האט געוויינט, וויאזוי ווערט מען פטור פונעם טריפה’נעם גוף?!”
די רוצחים האבן אים כסדר דערנידערט און אויסגעפייניגט מיט די בארבארישסטע מעטאדן, אויף אזוי ווייט אז אפילו די מערדער’ס זענען דערפון בארירט געווארן אינמיטן די ארבעט… איינמאל, אינמיטן אים גוט אנברעכן די ביינער, פרעגט אים איינער פון די שלעגער’ס:
“מסתמא וועסטו זיך אין אונז נוקם זיין אויף יענער וועלט, ניין?” האט זיי פאטאצקי גענטפערט “כ’וועל אייך פארציילן א געשיכטע וואס מיין מאמע פלעגט מיר דערציילן אלס קינד. געווען איז עס אמאל, טאקע דא אין פוילין, ווען דער קעניג איז געשטארבן. דאס מיניסטעריום האט זיך צוזאמגעטראפן זוכןא נייעם קאנדידאט וואס זאל זיך זעצן אויפ’ן שטול, אבער מ’האט זיך נישט געקנט בשום אופן דורכקומען. רופט זיך אן איינע ופן די מיניסטארן, אז לדעתו זאל מען זיך ארויסלאזן אין וואלד, און דעם ערשטער מאן וואס מ’וועט אנטרעפן, וועט געקרוינט ווערן אלס קעניג. דער פלאן האט אנטציקט דעם עולם, און מ’לאזט זיך ארויס זוכן.
יגעת ומצאת תאמין, מ’טרעפט אין וואלד אן אלטער בעטלער, ארעם ווי די נאכט, שלאפט זיך אויף זיין קליין זעקעלע, וואו ער האט געהאלטן זיין ארימער ברויט. ווען ער האט זיך דערוועקט, האט מען אים אויפגענומען אלס קעניג, און ער האט אנגעהויבן צו פירן דעם לאנד. זעקס חדשים שפעטער, גיבט ער ארויס א באפעל מ’זאלא ים נעמען צום פלאץ וואו מ’האט אים געפינען אין וואלד.
ווען איינער פון די מיניסטארן האט געוואלט וויסן פארוואס, איז געקומען א מאדנער ענטפער: “כ’האב פאר זעקס מאנאטן צוריק פארגעסן מיין זעקעלע אין וואלד, ס’איז דאך מיין אייגנטום, און איך וויל עס האבן”… איבעריג צו קאמענטירן וואספארא נאר ער איז… פארשטייט איר?” פירט פאטאצקי אויס “אויבן אין הימל, וועל איך זיין פארנומען מיט בעסערע פארגעניגנ’ס, און שיין וועל איך איך אויסזען אויב כ’וועל מיר קימערן צו אייער זייט בכלל”…
ער וויל נישט ארויס!
פאטאצקי איז דערווייל געבליבן אונטער שלאס און ריגל אין תפיסה, און זיך געגרייט צו אומקומען אויף קידוש השם. פאסירט איין טאג, ווען זיינע עלטערן האבן אים באזוכט, און עס איז ארויפגעקומען א רעטונג’ס פלאן. דער טאטע זיינער האט אים פארגעשלאגן: “מ’וועל מיר בויען פאר דיר א ספעציעלן דירה, דו וועסט אויסדרוקן חרטה פאר’ן קירכע און זאגן אז דו ביסט גרייט צו ווערן צוריק א קריסט, אזוי וועט מען דיר באפרייען פונעם טורמע, און דו וועסט ווייטער קענען פראקטיצירן אידישקייט אין געהיים, דארט ביים אפגעזונדערטן שטוב”. פאטאצקי האט נישט געוואלט הערן דערפון. “טאטע, מאמע, איר זענט ביי מיר טאקע גאר טייער, אבער דער אמת איז ביי מיר אסאך אסאך טייערער! כ’וועל בשום אופן נישט אויסדרוקן קיין חרטה אויף מיין שריט, אפילו נישט קיין פאלשע חרטה…”
זיין טאטע איז געווארן זייער אויפגערעגט אויף אים און געשריגן “אויב אזוי, ביסטו א שמוציגן דזשידאק, זאל טאקע די קירכע דיר פארברענען לעבעדיגערהייט!” אבער פון צווייטן זייט, פאטאצקי‘ס מוטער האט רחמנות באקומען אויף אים, און איז ארויסגעפארן צום פוילישער קייסער אויספועל’ן מיט פראטעקציע א באפרייאונג.
עטליכע טעג שפעטער, איז געקומען אין טורמע דער ווילנער גאון, צו ערמוטיגן און מחזק זיין דעם גר צדק. דער גר”א האט געזאגט פאר’ן גר צדק, אז ס’ליגט אין זיינע הענט, צו זאגן עטליכע הייליגע שמות, און אזוי ארום אים ארויסדערזען פון אונטער די גראטעס. אבער פאטאצקי האט אים קלארגעשטעלט אומצוויידייטיג, אז ער זוכט זיך נישט צו ראטעווען, נאר ס’ברענט אין זיין הארץ צו מקיים זיין דער גרויסער מצוה פון קידוש השם.
און ער האט אויסגעבראכן אין א היסטערישן געוויין. ווען דער גאון איז איבערגענומען געווארן דערפון, און געברענגט גאנצעטע שטיקער מאמרי חז”ל און הויפענעס חיזוק, איבערן גרויסן זכיה וואס ער האט, פארענטפערט זיך דער גר צדק, אז זיין געוויין איז בכלל נישט פון שרעק אדער זעלבסט-רחמנות. ער פארלאזט טרערן ווייל ס’שטעכט אים, אז עס וועט פון אים נישט פארבלייבן קיין אידישע דורות. דער גר”א הערנדיג דאס, האט אים געשטארקט זיין גייסט, אז השי”ת זעלבסט וועט אים באגלייטן אויף טריט און שריט. ווען דער גר צדק איז ענדליך געקומען צו זיך, און בארואיגט זיין געוויסן, האט דער גאון פארלאזט דעם תפיסה, מלא התפעלות.
די טויט אורטייל
נאכ’ן זען אז פאטאצקי האלט זיך נישט ביים ברעכן נאר שטייט אומבויגזאם, אזש ס’איז א שאד צו שלעפן די צייט, האט מען אים געמאלדן, אז פאר זיין פארברעכן פון פארראטן די קריסטליכע גלויבן און ווערן א איד, ווערט ער פאראורטיילט, צו פארברענט ווערן לעבעדיגערהייט, אין צענטער פון שטאט. פאטאצקי‘ס געזיכט איז געבליבן קאלט און פארגלייזט. נישט קענענדיג זיך איינהאלטן פרעגט דער ריכטער “דו האסט נישט קיין שווער הארץ אויף אונז, אז מיר וועלן דיר אומברענגען?!”
“פונקט פארקערט” דינערט אפ דעם גר צדק’ס פעסטן שטימע אינעם געריכט “איך זעלבסט האב שוין געוואלט הרג’ענען מיין אייגן קערפער, וואס איז אנגעפיטערט מיט טריפה’נע עסנווארג, און איז יארן געווען פונקט ווי א פשוט’ער בהמה אין שטאל. אבער דער באשעפער שרייבט דאך אין זיין תורה “ונשמרתם מאוד לנפשותיכם”, האב איך מיר נישט געקענט ערלויבן זיך צו נעמען דאס לעבן. נו, אז איר ערלעדיגט מיר עס, מה טוב ומה נעים…”
ווערט געפירט צום טויט
דער דאטום אויפ’ן קאלענדער, צו פאטאצקי‘ס הינריכטונג, איז אויסגעפאלן אינעם צווייטן טאג פונעם יו”ט שבועות, שנת תק”ט. די אידן פון ווילנא האבן זיך יענער טאג נישט צאמגעקומען אין בית המדרש. מ’האט געציטערט פון א ווילדער אנטיסעמיטישער פאגראם, וואס די אנגערייצטע מאסן קען דורכפירן נאכ’ן גרויסארטיגן קידוש השם אקט. די ווילנא גאסן זענען געווען ליידיג פון אידן. אלע האבן זיך איינגעשפארט אין די הייזער.
אלע האבן מיר געזאגט? ניין. כמעט אלע. בלויז איין איד, האט זיך אנגעטון אין גוי’אישע קליידונג, און זיך געלאזט גיין צום ארט פונעם פארברען פראצעדור. דאס איז געווען ר’ אלכסנדר זיסקינד, בעמח”ס יסוד ושורש העבודה, וועלכער האט זיך איינגעשטעלט דעם לעבן צו ענטפערן א ‘אמן’ אויפ’ן זעלטענעם ברכה פון ‘ברוך אתה ה”א מלך העולם המקדש שם שמים’.
אויפ’ן וועג פון טורמע צום צענטער פון שטאט, איז דער גר צדק געפירט געווארן ווי א קעלבל צום שחיטה, מיט א מורא’דיגן דביקות. פאטאצקי האט אונטערוועגנ’ס קאפאזירט א גאר הארציגער ניגון, אויף די ווערטער “אבל אנחנו עמך בני בריתך, בני אברהם אוהבך וכו'” וואס מ’זאגט יעדן טאג ביים דאווענען, ווערטער וועלכע זענען געווען גאר פאסיג צום דעמאלסדיגן מאמענט. דאך האט מען אים געזען שפרייזן מיט קווענקלדיגע טריט. ביז ווען מ’איז פארביי געגאנגען דעם ווילנא גאון’ס דירה.
דארט האט זיך דער פענסטער געעפנט, און די גאון האט ארויסגעשריגן “גייט בזריזות ר’ אברהם, גייט בזריזות”. הערנדיג דאס, האט דער גר צדק אויסגעגליכן זיין רוקן, און מיט א געהויבן קאפ אנגעפאנגען שפאנען מיט שנעלע און האסטיגע טריט. (די ווילנא לומדים האבן שפעטער ערקלערט, אז דער גר צדק איז געווען מסופק אויב ער זאל גיין פאמעליך, כדי צו פארלענגערן זיין חיי שעה, אדער פארקערט, גיין וואס שנעלער כדי זיך מזרז זיין צו מקיים זיין ווי פריער דעם געוואלדיגן מצווה. דערויף איז געווען די פסק דין פונעם גר”א ער זאל גיין בזריזות.)
דער פראצעס און אורטייל איז איבערגעשפילט געווארן תיכף נאך וואס די שיירה מיטן קרבן איז געברענגט געווארן צום דעסטינאציע. מ’האט געגעבן א לעצטן שאנס פאר’ן שטאלצן גר, זיך צו ראטעווען זיין יונג לעבן, אריבערצוקומען צוריק צום קריסטנטום, און עפענען א נייער בלעטל. ס’איז אבער נישט געווען מיט וועם צו רעדן.
איינער פון די גלחים, איז צוגעגאנגען צום גר, און שטילערהייט אריינגעמורמלט אין זיין אויער: “זאלסט וויסן אז דיין טויט-אורטייל האט געדארפט פארקומען מארגן, אבער אזוי ווי מיר זענען געוואויר געווארן, אז דיין מאמע האט פארשאפט א באפרייאונג צעטל פון קייסער, האט די קירכע באשלאסן עס צוריקצורוקן מיט א טאג, ווייל זי דארף לויטן חשבון דערגרייכן ווילנא היינט ביינאכט. אלזא, ביסטו אפשר ‘מסופק’ נאר אויב דו ווילסט זיך צוריקקערן צו דיין מוטער’ס שויס?! אויב יא קענען מיר עס אפשטופן אויף מארגן. אבער טאמער וועסטו זיך ווייטער ארומ’עקשנ’ען, וועט דיין מאמע קענען פאכענען מיט’ן קייסער’ס באפעל קעגן דיין פארברענטע ברוכווארג!”
ווידעראמאל הילכט אפ א קלינגעדיגער ניין. ס’בלייבט ביים אלטן. דא רופט זיך אן א צווייטער גלח, אז זיי ווייסן דאס ס’וועט זיי קאסטן א פרייז אים צו פארברענען, ווייל אויבן אין הימל וועט זיין נשמה געוויס זארגן אז די מערדער’ס זאלן צוריקבאקומען זייער פארדינטן נקמה.
“הערט א קאפיטל פון מיין יוגנט יארן, נארישע גלחים” זאגט פאטאצקי. “אלס קינד האב איך אמאל אויפגעבויט מיט מיינע צען פינגער’ס, א מעכטיגער גרופע מענטשעלעך, פון בלאטע און ליים. דאן זענען געקומען עטליכע אומפארגינערישע קינדער און עס אינגאנצן צובראכן, רואינירט, און חרוב געמאכט. מיט א געוויין בין איך געלאפן זיי מסר’ן פאר מיין טאטע, און געבעטן זיי זאלן שטארק באשטראפט ווערן. אבער חוץ פון א מיטליידנדער שמייכל, האט מיין טאטע גארנישט צוגעגעגעבן. איך האב זיך שוין געוועבט א פלאן, אז ווען איך וועל זיין א גראף אויף דער עלטער, וועל איך זיי אלעמען, איינס ביי איינס, מאכן מיט א קאפ נידעריגער”…
די גלחים האבן זיך צושמייכלט פונעם קינדערישן געדאנק, און פאטאצקי האט געדונערט ווייטער “וואס מיינט איר, איר זענט עפעס אונטערשטעליג פון אזא געדאנקען-גאנג?! כ’וועל אויבן האבן בעסער’ס וואס צו טון, ווי זוכן נקמה אויף אייך, מינדערוויכטיגע מערדערס”. ענדיגנדיג זיינע רייד, איז ער געבינדן געווארן הענט און פיס צום גרויסן האלצערנעם פלאטפארמע. פאר א טשעפע, פרעגט אים א בישאף “אבער פאר’ן מסור וועסטו יא זארגן, הא?”
ענטפערט פאטאצקי: “ריכטיג, כ’וועל זארגן! אבער נישט פאר קיין נקמה, פונקט קאפויער, כ’וועל נישט איינזיצן ביז ער וועט באקומען גן עדן, ווייל אין זיין זכות האב איך זוכה געווען צו מקדש זיין דעם באשעפער’ס נאמען, מיט אזא פאמפע און פאראדע!”
א ברענענדיגער פאקל איז אריינגעווארפן געווארן אינעם בערגל אויל-געווייקטע שמאטעס, אויף וואס דער גר צדק איז געשטאנען. מיט א מעכטיגן קול האט אברהם בן אברהם געמאכט די ברכה פון קידוש השם בשם ומלכות. (א שטילער אמן האט ר’ אלכסנדר זיסקינד געענטפערט ערגעצוואו צווישן די צוהיצטע מאסן.)
אויף קידוש השם
די רויטע פייער צינגען האבן מיט פארגעניגן אנגעהויבן צו לעקן און בראטן דעם גוף טהור פונעם גר צדק. פון צווישן די פלאמען האט פאטאצקי געשריגן “ברענט פייער, און פארברענט דעם קערפער וואס האט געגעסן אומ’כשר’ע זאכן, מאכט אש פון די הענט וואס האט געזינדיגט…” דערנאך האט ער געזאגט די ברכה פון ברוך דיין האמת, און די פסוקים פון משה אמת ותורתו אמת, און אזוי ווייטער, ביז ווען זיין געהויבענער נשמה איז ארויף אין פלאמען זיך געזעגענענדיג פונעם אויסגעלייטערטן גוף. אין די מינוט וואס ער איז נסתלק געווארן, האט מען געזען ווי פון די רויעך, ווערט אויסגעפארעמט א געשטאלט פון א טויב, וואס פליעהט ארויף העכער און העכער!
השם ינקום דמו השפוך, יצאה נשמתו בטהרה, ווען דער קידוש השם האט איבערגעלאזט אן אומגעהויערן רושם.
אזוי ווי דער פייער איז פארלאשן געווארן איז ערשינען א ספעציעלן שליח מיט א באפולמעכטיגונג פונעם קייסער צו באפרייען דעם פאטאצקי. ליידער איז שוין מער נישט געווען וועמען צו ראטעווען!
א בוים אויפ’ן פרישן קבר
די אויפגעברויזטע גלחים האבן געוואלט פארזעצן דעם נקמה ביזן סוף, איז ארויס געגעבן געווארן א באפעל, מ’זאל נישט צולאזן די אידן זיי זאלן לקח’נען די אש פונעם גר צדק, אזוי ס’זאל פון אים נישט בלייבן קיין אנדענק. דער ווילנער גאון האט דאן אריבערגערופן א איד, וואס האט נישט געהאט קיין בארד, מיטן נאמען אליעזר שישקעס, און אים צוגעזאגט אריכות ימים, פאר’ן פרייז פון ברענגען עפעס איבערבלייבענישן אדער ברוכווארג פונעם גר צדק. דער אליעזר איז ארויס צום צענטער פון שטאט, און זיך אנגעטראפן מיט באוואפנטע וועכטער, וועלכע שטייען און גיבן אבאכט אויפ’ן בערגל אש. אפשר א צווייטער אבער נישט שישקעס וועט הייבן הענט און אויפגעבן אזוי איינס-צוויי.
פאר א פאר פעטע מטבעות איז געלונגען צו אונטערשמירן איינע פון די ארימע וועכטער’ס, יענער האט באהאלטענערהייט דערלאנגט צו אליעזר’ן א הויפן אש, דערין איז געווען בייגעלייגט א האלב-פארברענטע פינגער. מיט גרויס כבוד איז עס נטמן געווארן, א חלק פונעם קדוש איז בסייעתא דשמיא געקומען לקבר ישראל.
וואונדער איבער וואונדער, עטליכע טעג דערויף איז ארויסגעוואקסן א גאר גיגאנטישער מעכטיגער בוים העכערן קבר, די צווייגן האבן זיך צושפרייט און די די בלעטער געבליהט, ביז ווען ס’גאנצער בוים האט באקומען א צורה פון א פארטיגער מענטש, מיט א קאפ הענט און פיס.
דער ווילנער גאון האט געלאזט צוואה מ’זאל אים לייגן לאחר פטירתו, סמוך ונראה צום גר צדק. דער גאון ליגט טאקע הארט נעבן דעם גר’ס קבר. (אליעזר שישקעס האט טאקע מאריך ימים ושנים געווען, ווי ער האט באקומען א הבטחה, און אויף זיין מצבה אין ווילנא קען מען נאך ליינען “בברכת הגאון הי’ מספר שני חייו מאה ושני שנים”.)
דער רב פון וויזען אויף קידוש השם
ס’איז געלונגען פאר’ן נאכנישט גענוג בלוט-זאטן קירכע, צו דערגיין אז דער רב פון וויזען, ר’ מנחם, איז ‘שולדיג’ אינעם גיור, ווארום ער האט דאך אויסגעלערנט פאר’ן קינד חומש ויקרא, על אפם ועל חמתם. זיי האבן געלייגט א האנט אויף אים, מ’האט ארעסטירט דעם רב, און געפייניגט מיט שרעקליכע אומשולדערבארע יסורים, ער זאל זיך שמד’ן, אבער א איד בלייבט איד, נאכ’ן זען אז די קאמף איז א פארפאלענער, האט די פארשאלטענער קירכע אים ליידער פארברענט אויף קידוש השם, ארום פערציג טעג נאך פאטאצקי‘ס אומקום, אויפ’ן זעלבן ארט ווי ס’איז נאך געווען איינגעזאפט פאטאצקי‘ס אומשולדיג בלוט. ביום המר והנמהר שבעה עשר בתמוז. ארץ ארץ אל תכסי דמם.
מסור שניידט ביטער אפ
דער שניידער פון אילייע האט נעבעך ביטער חרטה געהאט פאר זיין לייכטזיניגע שריט און שעדליכן מסירה, אבער ס’איז שוין געווען צו שפעט. ער איז געווארן מנודה און אויסגעשפיגן. קיינער האט נישט געוואלט שטיין אין זיינע ד’ אמות. דער גר צדק האט טאקע קלארגעשטעלט און פארזיכערט אין זיינע לעצטע מינוטן אז ער וועט נישט זוכן קיינע נקמה, אבער מן השמים האט אים שוין איינמאל באצאלט.
ער זעלבסט האט אפגעלעבט ווי א פארמיאוסט’ן אראפגעקוקטער מאן. זיין שניידעריי האט באנקראטירט, אזש פון צרות איז ער אראפ פון זינען, און געווארן א טאטאלער חסר דעה. נאכ’ן טויט איז ער באערדיגט געווארן אינדרויסן פונעם גדר הבית החיים. (יארן שפעטער האבן עטליכע חברה קדישא לייט – זיינע קרובים – אים אריינגעברענגט אינעם צוים, און קיינער פון זיי האט נישט מוציא שנתו געווען.) זיינע קינדער און אייניקלעך זענען געווען איינס ביי איינס, אומנארמאלע קריפל’ס און בעלי מומים, איינס גרעסער פונעם צווייטן, און די געציילטע וואס האבן זיך שוין יא אויסגעמענטשלט, און געזעצט לערנען בהתמדה, זענען פארשניטן געווארן יונגערהייט. מ’האט קלאר געזען אז אית דין ואית דיין, פונעם באשעפער’ס ווייטער פסק דין איז אוממעגליך זיך ארויסצודרייען.
פאטאצקי‘ס גלגול
מ’פארציילט אויף א איד, גאר א דערהויבענער און חשוב’ער, וואס האט למזל טוב געבוירן א קינד, אבער דער קינד איז ליידער געווען אומגעזונט און געלעמט, אויב ס’איז נישט גענוג, איז דער קינד נאכדעם נסתלק געווארן א מזוכך ביסורים, איז דער הייליגער בעל שם טוב (יארצייט די זעלבע טאג ווי פאטאצקי‘ס), צו לויט א צווייטע ווערסיע דער גר”א פון ווילנא, געקומען צו גיין מנחם אבל זיין די צושאסענע און צוקלאפטע עלטערן, זיי געטרייסט און געזאגט:
“אשריכם, אז איר האט זוכה געווען צו אזא גרויסער נשמה. להוי ידוע, וויסן זאלט איר, אז דער קינד איז געווען א גלגול פונעם קדוש פון ווילנא, דער גר צדק פאטאצקי! ס’האט אים אויבן אין הימל אפגעווארט אן אומבאשרייבליכן גן עדן, נאכ’ן זיך לאזן הרג’ענען אויף קידוש השם מיט אזא פרייד. אבער אזוי ווי אין זיינע יוגענט-יארן האט ער געגעסן נבילות וטריפות, איז ער ווידעראמאל אראפגעקומען אויף דעם שמוציגן וועלט, צו מתקן זיין די יונגע יארן. אזויפיל האט מען אים נאכגעגעבן, אז ער האט זיך נישט געקענט רירן און פוגם זיין חלילה דעם אויסגעלייטערטן נשמה. פריידט אייך אז מ’האט ענק געטרויעט מיט די נשמה, און איצט נאכ’ן ענדיגן זיין תפקיד בשלימות, זיצט ער בישיבה של מעלה מיט די גרעסטע צדיקים”.
צום שלוס
צום שלוס וועלן מיר ברענגען א ווארט פונעם גר צדק. ער ערקלערט די פשט דאס וואס עס פאסירט, אז צומאל זעט מען אויף א אידיש קינד אז ער שמד’ט זיך ל”ע, צו א גוי וואס איז זיך מגייר. וואס איז פשט דערפון? נאר ווען השי”ת האט געפרעגט די גוים אויב זיי דארפן די תורה, איז געקומען א ניין. אבער עפעס גוים האבן דאך בעצם יא געוואלט מקבל זיין תורה מסיני. ווייטער ווען די אידן האבן אויסגעשריגן “נעשה ונשמע”, איז ליידער צווישן זיי געווען אזעלכע קאלטע יונגען, וועלכע זענען נישט געווען פאראינטערסירט אין די דברי אלקים חיים.
ביי די שפעטערדיגע דורות, האבן די אלע גוים וואס האבן געגליסט צו זיין פונעם עם הנבחר, זיך מגייר געווען כדת משה וישראל און געלערנט די תורה. ווייטער אט די אידן וועלכע זענען ווייניג וואס געווען נייגעריג דערצו, טאקע די יעניגע חברה האבן זיך גע’שמד’ט. ודפח”ח.
אט דאס איז דער דראמאטישער און העלדישער געשיכטע, פונעם קדוש וטהור, דער גר צדק רבי אברהם בן אברהם, א געוועזענער גראף פאטאצקי, וואס האט אוועק געשליידערט אלע תענוגי עולם הזה, מיט אירע פאלשע פארבלענדעטע קאלירן, און זיך מדבק געווען צום חיי עולם, צום תורת אמת, טראץ וואס ס’האט אים געקאסט אומצוקומען אויף קידוש השם.
זיין נאמען איז פארבליבן אין כלל ישראל’ס היסטאריע ביכער, איינגעקריצט מיט גאלד – געמישט אין בלוטיגע – בוכשטאבן, מיט כבוד און שעצונג, וואס ווערט נאך דערמאנט ביזן היינטיגן טאג.
השי”ת זאל ווי פריער מקיים זיין דעם ‘יודע בגוים לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך’, דער מלכות אדום הרשעה זאל ענדליך כאפן זיין ערליך פארדינטן הארבן שטראף, ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו, ביים ביאת הגואל, ווען דער באשעפער וועט קעניגן איבער’ן גאנצן וועלט, על הצדיקים ועל החסידים ועל זקני שארית עמך בית ישראל ועל פליטת סופריהם, ועל גרי הצדק ועלינו, במהרה בימינו אמן.