וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ זאגט, אז עס איז שטארק מעגליך אז די הונדערטער טויזנטער אומלעגאלע דאקא אימיגראנטן אין לאנד, וועלן קענען באקומען פולקאמע אמעריקאנער בירגערשאפט. טראמפ האט קאמענטירט איבער די אנגייענדיגע געשפרעכן צווישן די דעמאקראטן און רעפובליקאנער, אויפצוקומען מיט א פערמאנענטער לעזונג איבער וואס מען וועט טאן מיט די דאקא אימיגראנטן, און טראמפ האט געזאגט אז ער איז אפילו גרייט צו גיין אזוי ווייט, ווי ערלויבן די דאקא אימיגראנטן צו ווערן לעגאלע אמעריקאנער בירגער נאך 10-12 יאר, אויב האבן זיי ריינע רעקארדס. טראמפ האט אבער געזאגט אז די דעמאקראטן וועלן זיך מוזן צושטעלן צו זיין גרעניץ וואנט, פאר וועלכע ער וויל האבן 25 ביליאן דאלאר.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
ביידען האט אויפגעטריבן מער געלט אין סעפּטעמבער
דזשאו ביידען האט אפציעל אנאנסירט זיין קאנדידאטור פאר...
סעודי אראביע האט געהעקט די פריוואטע פאון פון דזשעף...
באריכט געבט אן: רוסלאנד האט געשיקט 2 עראפלאנען מיט 100...
מוללער אויספארשונג פארטיג – קיין באווייז אויף...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.