פון אלץ און אלעמען

ספעציעלע פראיעקט: וואס זאגן די זינגערס איבער מימיני מיכאל? און וואס זאגט מיכאל דערויף?

אריינפיר: מימיני מיכאל איז די געשפרעך פון טאג, עס האלט דערווייל אן צו זיין די פאפולערסטע אלבוים אויף די פוליצעס.

די ניגונים דערפון “באכענען” ביי חתונות, שמחות, און אוונטן. און ווי מען שטייט און גייט הערט מען רעדן איבער די הערליכע ארבעט.

מיט דער ארויסגעבער און זינגער ר’ מיכאל, האבן מיר שוין אפגעהאלטן אן אינטערוויו, פון די אראנדזשירער האבן מיר שוין געהערט “צען פאקטן איבער” דעם אלבוים, און אפילו א גאסט עדיטאריעל איז שוין געווארן געלופטערט דא, איבער דעם נייעם אלבוים.

יעצט איז צייט זיך ארויסצולאזן אויף די יארכע, הערן “וואס זאגן די זינגערס?” וועלכע האבן אליינס ערפארונג מיטן ארויסגעבן אלבוימס, וואס זאגן זיי צו די נייע אלבוים מימיני מיכאל, און צום בעל שמחה ר’ מיכאל, וואס ערשיינט שוין צום זיבעטן מאל מיט זיינע רייכע אלבוימס אין סעריע פון נשמה פלאם.

וואס די זינגערס ווייסן אבער נישט, און וועלן ווערן איבערראשט, איז אז מיר האבן געצייגט פאר ר’ מיכאל די אבזערוואציעס און קאמפלימענטן אין זיין ריכטונג, און געבעטן ער זאל צוריקענטפערן צו די זינגער וועמען מיר האבן אויסגעקליבן אין אונזער היינטיגע פראיעקט, אין סעריע פון “וואס זאגן די זינגערס?”

אט האבן מיר די ענטפערס פון א צאל מבינים, זינגער, מוזיקאנטן, און קאמפאזירער, אויסגעקליבן אין אונזער פראיעקט, ערשטע אין סעריע פון “וואס זאגן די זינגערס?”

ליינט און האט הנאה.


די ארטיקל ווערט געברענגט צו אייך און ערמעגליכט, דורך אונזער ספאנסער, די פירמע “Dvash” מיט די בעסטע סנעקס צו יעדע צייט.

ביים צוהערן צו מימיני מיכאל, מאכט א שהכל און פארברענגט אויף א זעקל גאר געשמאקע נאש פון דבש, עס איז גוט אין טעם, האט א גוטע הכשר, און איז א גוטע פריינט מיט אייער צינג… באזוכט דא צו זען און באשטעלן: www.Dvashfoodsusa.com


יהושע בערקוי, זינגער, זאגט איבער מימיני מיכאל.

“אזוי ווי מען ווייסט איז מיכאל דער מלך ה’זינגערס ביי חתונות, ער איז מיין רבי און יעדנס רבי, מען רופט אים זיידי אין די ביזנעס.

זיינע אלטע סידיס זענען מלא וגדוש, מלא תוכן, און די סידי יעצט אוודאי, מיכאל האט אונז נישט געלאזט פאלן.

עס זענען דא די הערליכע לעבעדיגע ניגונים וואס מען פארלאנגט שוין ביי יעדע חתונה, און די הלל פון פינקי איז ממש… מען אטעמט פרישע לופט!

מען קען ממש וויינען פון מיכאל’ס פערזענליכע מעשה, מימיני מיכאל פון לייבי מאשקאוויטש וואס איז הערליך שיין, און די אנדערע הערליכע ניגונים, פון פינקי, מאטי, און אלע הערליכע טאלאנטן.

באכע איז אויך גאר אויפגעכאפט, און דער עולם בעט מען זאל דאס זינגען, א גאנצע חתונה הער איך דערוועגן…”

מיכאל ענטפערט:

זייער, זייער, זייער, שיין, זייער שיין, איך בין שטאלץ צו האבן אזעלכע אייניקלעך, און צו זען נחת אז יעדער איז באחדות, און צו זען אז יעדער איינער האט ליב איינער דעם אנדערן, איך בין די שטאלצסטע, זיידע אין די וועלט! אדאנק פאר דיינע שיינע ווערטער.

מאטי אילאוויטש, גראמער און קאמפאזיטאר, זאגט איבער מימיני מיכאל.

דער חידוש פון דעם סידי איז אז ס’האט אין א פערזענליכע געפיל. מיכאל רעדט פון זיין פריוואטן דורכגאנג אלס א חיזוק פאר אנדערע, פארשטייענדיג אז זייענדיג א פובליק פיגור קען זיין פערזענליכע איבערלעבעניש שטארק קאנעקטן, און לאזן גאר א שטארקע רושם.

מיכאל ענטפערט:

מאטי מיין ברודער. נאר דו האסט דאס געקענט ארויסברענגען, ווייל דו קענסט אריינקריכן אין א חבר’ס הארץ, טיף טיף טיף, און ארויסברענגען דאס בעסטע. איך האב דיר זייער ליב, און איך האב גרויס שעצונג צו דיר, ביסט פון די הערליכע טאלאנט וואס כלל ישראל פארמאגט

לוי פאלקאוויטש, זינגער, זאגט איבער מימיני מיכאל.

מיכאל’ס שטימע הערט זיך ווי 20 יאר צוריק, ער האט אזא פרישקייט אין זיין נשמה, עס איז ממש אומגלויבליך אז מען האלט שוין ביי נשמה פלאם 7 און ער הערט זיך ווי ביי נשמה פלאם 2, הערליך. די אלבוים מימיני מיכאל איז פול מיט חידושים, הערליך!

מיכאל ענטפערט:

בילדער סעריע, פון לוי פאלקאוויטש, מיט מיכאל שניצלער

זייער שיין צו הערן לוי, זאלסט וויסן אז אחכה לו, מיר ווארטן שוין צו קענען קויפן און הערן דעם אלבוים וואס דארף ארויסקומען ווי מיר הערן גאר נאנט, האסט אויך א זיסע שטימע, און דו נוצט דאס גוט אויס.

בערי וועבער, זינגער, זאגט איבער די אלבוים, מימיני מיכאל.

“אז מען רעדט שוין פון מימיני מיכאל מוז מען אויסשמועסן אביסל וועגן ר’ מיכאל, בעפאר מען רעדט פונעם אלבוים זעלבסט.

מיכאל קומט זיך צו פארדאנקען דאס אז אזויפיל זינגער קענען זינגען, און אז זיי האבן פרנסה דערפון, מיטן אויבערשטנס הילף האט ער געעפנט דעם טיר, און אויטאמאטיש קומט זיך אים אויך די קרעדיט, אויף די פאקט אז אזויפיל מענטשן ווערן אינספירירט פון די אלע מוזיק וואס עס איז דא היינט.

פון אינגע בחורים, ביז עלטערע זיידעס, דער עולם איז גאר שטארק אריינגעטון אין מוזיק. פארטרוקנטע נפשות באקומען זאפט פון די זאכן, חולי ישראל לעבן אויף, עס איז געוואלדיג.

מען זאגט דאך “אם אין קמח אין תורה.” די קמח וואס די בחורים דארפן היינט איז מוזיק, זיי קאנעקטן גאר שטארק צו חתונה זינגער, און מיר ווייסן אלע אז מיכאל האט געעפנט דעם טויער, און געשוויצט דערפאר, איז עס קומט זיך אים קרעדיט סיי אויף די פרנסה חלק, און סיי אויף די אינספיראציע חלק.


טאלאנטפולער מוזיקאנט, צו באשיינען אייער חנוכה מסיבה שמחה אדער אווענט – רופט שוין צו באשטעלן – צופרידנהייט גאראנטירט! דוד ווייזער – 1-347-822-3397


איך בין מכיר טובה ר’ מיכאל אויף די פאקט אז איך קען זיך מפרנס זיין, מיט מיין שטוב און קינדער און אויך אז איך קען אינספירירן מענטשן דורך מיין זינגען.

איך בין אויפגעוואקסן מיט מיכאל’ס אלבומס און דאס אלס געהערט, יעדע פון זיינע אלבומס דערמאנען מיר פון אנדערע נאסטאלגישע זכרונות.

מיכאל צייכנט זיך אויס אין אריינברענגען ביים עולם אווערנע”ס איבער פארשידענע טעמעס, און באווייזט דאס צו טון אויף א פאזיטיווער וועג, ער האט באוויזן אריינצוברענגען מאראלישקייט, נארמאלקייט און גוטסקייט, דורך זיין כח הנגינה, און פארדעם זענען מיר אים אלע דאנקבאר.

די אלבום מיין קינד טרעף מיך אין די נשמה פלאם קאלעקציע

זיינע אלבומס זענען נישט פשוט אז מען לייגט עס אריין אינעם פלעיער און מען הערט עס, עס איז אסאך מער ווי דעם. עס ליגט דא הארץ, עס ליגט דא רצון צו מאכן די וועלט א שענערע פלאץ.

איבער די אלבום, איך קען נאכנישט אנצייגן וועלכע ניגון איך האב די מערסטע ליב, און דערווייל גלייך איך אלע, איך באקום שוין אסאך ריקוועסטס פון מענטשן “זינג די ניגון” אדער זינג יענע ניגון פון די נייע אלבום, און וואס איך קען יא זאגן איבער די אלבוים, איז אז די ניגונים, נישט קיין חילוק שטאטע אדער שנעלע, זיי האבן אלע א געוויסע רוח, א געשמאק, א ספיריט, עס האט נישט צוטון גארנישט, אזא ניגון, אזא קאמפאזער, עס האט מיט די רוח וואס מיכאל לייגט אריין. מיכאל א שיינעם דאנק פאר אלע דיינע הערליכע מוזיק.

מיכאל ענטפערט:

בערי דו ביסט א צדיק, כ’האב דאס געזען אויף דיר, און איך האב דאס געזען פון די נאנט ממש לעצטנס ביים רעדן מיט די בחורים פון דיין ישיבה, ביסט א מענטש פול מיט הארץ, און דו גיבסט חיזוק. דו ביסט א מענטש וואס טוט אזויפיל פאר כלל ישראל, און דו ברענגסט אזויפיל אידן תחת כנפי השכינה.

א דאנק פאר אלעם, און א דאנק פאר די שיינע ווערטער, זאל דער אויבערשטער דיר העלפן מיט געזונט, און אלעס גוטס, און זאלסט קענען ארויסגעבן שיינע אלבומס און ווייטער אינספירירן כלל ישראל.

ימי לעווי, זינגער, זאגט איבער מימיני מיכאל.

מיכאל איז צוריק ווי קיינמאל פריער! ער איז פריש, אינג, זיין שטימע הערט זיך געוואלדיג, א מחיה צו הערן!”

מיכאל ענטפערט:

פריש זענען מיר אלעמאל, צוריק זענען מיר שוין איינמאל, אדאנק בנימין, פאר די שיינע קאמפלימענטן, א גוט ווארט פאר א צווייטן!

יואלי גרינפעלד, זינגער, זאגט איבער מימיני מיכאל.

“איך גלייך גאר שטארק די ניגון “א מצה אין אויוון אריין, לשם מצות מצוה” עס איז הערליך שיין, און צונעמט דאס הארץ.” און בכלל, מיכאל ווייסט וויאזוי ארויסצוגעבן אן אלבוים, גוטע ניגונים, גוטע אויסוואל, גוטע זאכן וואס כאפן אויף.

מיכאל ענטפערט:

זייער שיין צו הערן, מיר האבן פון וועמען זיך צו לערנען, יואלי דיינע אלבוימס זענען הערליך, און מיר האבן זיך פון וועמען צו לערנען…

שמילי אונגאר, זינגער, זאגט איבער מימיני מיכאל.

מיכאל אנטוישט קיינמאל נישט! די אלבוים איז פול מיט לעבן, און הומאר, און איז פול מיט אונטערהאלטונג!”

מיכאל ענטפערט:

שמילי, אדאנק פאר די שיינע ווערטער, מאכסט א גוטן דזשאב, און באכעסט גוט אראפ א חתונה! שמילי איז מיינע לעצטיגע פעיווארייט, מיט א שיינע שטימע וואס געבט צו גאר אסאך צו די אידישע מוזיק מארקעט.

דוד קויפמאן, קאמפאוזער, זאגט איבער מימיני מיכאל.

“ס’איז איינע פון די בעסטע סידי’ס וואס מיכאל האט ארויסגעגעבן, סיי די תוכן פון די ניגונים, און סיי די קוואליטי פון די מוזיק” ער האט געמאכט א גוטע פראדוקט, וואס דער עולם גלייכט.

מיכאל ענטפערט:

אזא סטעיטמענט, פון אזא מבין, איז נישט קיין קלייניגקייט! אדאנק ר’ דוד, עס מיינט אסאך! דיין טאלאנט און הילף האבן געברענגט דעם אלבוים אויף א העכערער לעוול.

אברמי בערקא, מוזיקאנט, זאגט איבער מימיני מיכאל:

מיכאל ביים געבן אן אינטערוויו מיט עטליכע יאר צוריק פאר די אויפגעכאפטע מאמענט מאגאזין

“יעצט איז דאך די חתונה סעזאן, מענטשן האלטן אין איין פרעגן פאר די דיסקא ניגון “השם אחד” און די אנדערע ניגונים פון די נייע אלבוים מימיני מיכאל, די ניגונים זענען זייער שטארק אויפגעכאפט. דער עולם גייט דערפאר.

מיכאל ענטפערט:

אברמי זייער שיין, א דאנק, כ’האב געזען ווי שיין דו שפילסט די ניגונים, ממש ווי אויפן אלבוים אליינס. די טאלאנט און כוחות וואס דו האסט אריינגעברענגט אין די היימישע מוזיק מארקעט איז געוואלדיג.

שמעי ענגעל, זינגער, זאגט איבער מימיני מיכאל:

“עס איז א חידוש אז א מענטש וואס זינגט שוין אזוי לאנג אויף חתונות, און אידישע שמחות, זאל נישט ווערן אויסגעדראשן, און פארקערט ער קומט אלעמאל מיט א פרישקייט, נייע חידושים און געדאנקען, און זיינע אלטע בלייבן אינטערסאנט צו איבערהערן, ער איז פריש לייק נעווער בעפא”ר…”

מיכאל ענטפערט:

הערליכע קאמפלימענט, אדאנק שמעי, אי”ה ביי דיינע אלבוימס, מיר ווארטן שוין דערויף! שמעי איז פון די שטארק באליבטע זינגער היינט מיט אסאך נאכפאלגער, שיינע טאלאנטן און גוטע אלבומס

ליפא שמעלצער, זינגער און קאמפאזיטאר, רעדט איבער מימיני מיכאל.

“בעפאר מען רעדט איבער די קומענדיגע אלבוים, מוז מען ערווענען און אנערקענען אז מיכאל שניצלער איז פאראנטווארטליך אויף די אלע זינגערס היינט, וואס קענען ברענגען ברויט אין שטוב, ביזן היינטיגן טאג.

פאר מיכאל, איז נישט געווען אזא זאך ווי א חתונה זינגער, אדער איז געווען א מוזיקאנט וואס האט אביסל מיטגעזינגען, אדער איז געווען א גרויסער זינגער ווי מרדכי בן דוד, אדער אברהם פריעד, וואס זענען געקומען זינגען אפאר ניגונים אינמיטן די חתונה.

דאס אז עס איז דא א חתונה זינגער וואס שטייט פון אנהויב ביזן סוף, און באכעט אראפ א חתונה ווי עס דארף צו זיין, און ער איז געווען דער וואס האט געדארפט שטיין אויסגעדרייט צו די וואנט ווייל ער האט זיך געשעמט, און געזינגען די ערשטע פאר חתונות אזוי, ביז ער האט באקומען די קוראזש און געגאנגען ווייטער, און אים נאכגעמאכט.

איבער די סידי און אלע אנדערע אלבוימס וואס מיכאל מאכט, זענען גאר בע’טעמ’ט, ער האט די חוש אראפצולייגן גוט א געשיכטע, און זיינע סידיס זענען אויסגערופן ביי די היימישע עולם אלס “אויסגערופענע אלבוימס” פון וואס יעדער האט הנאה.

איך האב הנאה צו זיין טייל דערפון, און זיין א “שופר דורך זיין שופר,” און ארויסגעבן געוויסע רעיונות, און איך בין דאנקבאר פארדעם.”

מיכאל ענטפערט:

טייערער חבר ליפא.

די אלבום א נקודה’לע אין די נשמה פלאם קאלעקציע

אז דו רעדסט שוין אזוי שיין, און זאגסט אזאנע שיינע זאכן, דארף איך דיר באדאנקען פון טיפן הארצן, אויפן מיטארבעטן מיט מיר אלע יארן, און געבן אלס די שענסטע זאכן וואס דו האסט אנגעגרייט פאר דיר, און דאס זענען די ניגונים וואס די וועלט האט הנאה, דעם יעצטיגן ניגון באכע, פון וואס יעדער איד אין די וועלט האט הנאה, און יעדער טאנצט מיט דערמיט, אזא ניגון איז נאכנישט געווען קיינמאל אינעם אידישן קווארטל.

דער אויבערשטער זאל דיר צאלן ווי ער צאלט דיר ביז אהער, מיט דיינע שיינע מצות, און מידות.

מנחם מאשקאוויטש, זינגער, זאגט איבער מימיני מיכאל:

“וואס איך גלייך פון דעם אלבוים, אין קורצן, איז אז מען קען שפירן ווי יעדע ניגון מיינט ער דיר, ער רעדט צו דיר, זייער שטארק פערזענליך.

ווי שטארק איך האב געגליכן די אלטע אלבוימס, גלייך איך מימיני מיכאל סאך מער, מען שפירט ווי יעדער ניגון, יעדע מעסעדזש איז זייער פון הארץ, און מען שפירט דאס, עס איז א הערליכע אלבוים, און א הערליכע ארבעט.”

מיכאל ענטפערט:

הייליגע מנחם ביסט א מבין, איך האב גערעדט צו מיר און צו דיר, און צו יעדן איינעם, ווייל מיר זענען איינס!

שיינע געדאנק, איך הער דאס אסאך, און עס איז א זכיה אז מען קען מהנא זיין דעם עולם.


אין צוזאמענהאנג מיט דעם ארטיקל טוט אייך “ניגון” דיסטריביוטערס שענקען 15% אראפ די פרייז, אויף די הערליכע מימיני מיכאל אלבום. ביי “טשעקאוט” לייגט אריין די פראמא קאוד YV15 און די סיסטעם וועט שוין וויסן אז איר קומט פון אידישער ווינקל. צו קויפן מימיני מיכאל דרוקט דא לויפט און קויפט.


צום שלוס, האט מיכאל א מעסעדזש, צו אלע זינגערס

דער רבונו של עולם איז שטאלץ פון יעדן זינגער, ברוך השם קיינער קריגט זיך נישט ארום איינער מיטן צווייטן, יעדער רעספעקטירט, און יעדער וויל נאר העלפן איינער דעם צווייטן, און דאס איז פון די איינציגסטע אינדוסטריעס וואס איז נישט פארהאן קיין קאנקורענטן, עס איז נישט פארהאן קיין מחלוקת.

ב”ה איך האב געהאט די זכיה צו זיין דער ערשטער אין די ליין, און איינפלאנצן די קערלעך פון אזא שיינע און בליענדע מארקעט, פון וואס עס קומען ארויס אזויפיל שיינע מצות. זאל השי”ת געבן כוח פאר יעדן אנצוגיין.


Project Powered  By: MusicOnTime 


איבערן שרייבער

ארי ווייזער

באמערקונגען

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.